כולם נקבצו באו: שבת התכנסות אין קאפיטשניצער הויף לרגל "חידוש ספר תורה" פון הרה"ק ר' אברהם יעקב מסאדיגורא זי"ע
- 03false45 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
- זמן קריאה 4 דקות
דינסטאג פ' נשא א' • ג' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN
מיט נאסטאלגישע התרגשות איז געפראוועט געווארן בחצר הקודש קאפיטשניץ דער שבת הכנסת ספר תורה, אויף די היסטארישע ירושה ספר תורה פון צדיקי בית סאדיגורא לדורותם, וואס כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א האט אריינגעגעבן לבית מדרשו אין ירושלים עיה"ק.
ווי שוין ברייט באריכטעט האט דער רבי שליט"א מתקן געווען די ספר תורה פון הרה"ק ר' אברהם יעקב מסאדיגורא זון פונעם הייליגן רוזשינער זי''ע, וואס איז שפעטער אריבער בירושה דור אחר דור ביז'ן אביר יעקב מסאדיגורא, און האט דאס שפעטער איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן שליט"א וועלכע האט על פי צוואתו אונטערגענומען דעם קאסטבארע עבודה צו פאררעכטן דעם ספר תורה, און אצינד בגמר המלאכה איז באשטימט געווארן א זמן קהילה לכל אויף דעם פארלאפענעם שבת בהר בחוקותי ל"ז בעומר יומא דהילולא קדישא פונעם אלטן הוסיאטינער רבי'ן, און דערצו איז אפגעצייכענט געווארן גאנצע דרייסיג יאר זינט כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א האט איבערגענומען דעם שרביט ההנהגה בשנת תשנ"ו, והזמן גרמא צו פייערן די זעלטענע געשעעניש, מיטן אריינגעבן די הייליגע איבערגעפרישטע ספר תורה להיכל ה'.
צוליב די גרויסע צאל חסידים און געסט, איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסן שאטער, אין חצר פונעם ביהמ"ד. צווישן די חשובע געסט האבן זיך אנגעזעהן דעם רבינ'ס קינדער וואס זענען געקומען צופארן פון אמעריקא און אייראפע מיטצוהאלטן די חגיגה.
ליל שישי האט זיך אנגעהויבן די הכנה דרבה מיט א ספעציעלע שמועס וואס איז איבערגעגעבן געווארן דורכ'ן רבינס איידעם הרה"צ ר' ישעיה דוד מלכיאל שליט"א מטאלנא בית שמש, פרייטאג נאכמיטאג איז דער היכל הסאלאש געווען פול מיט בחורים און אינגעלייט וואס האבן געלערנט מיט התמדה, און מען האט סערווירט א רייכן טועמיה פאר'ן עולם.
צו די תפילות דורכאויס שבת זענען צוגעגאנגען דעם רבינ'ס קינדער. תיכף נאכן דאווענען ליל שבת האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן דעם טיש, וואו דער רבי האט קידוש געמאכט און געזאגט תורה און דערנאך האט די גאנצע ציבור מיסב געווען צום סעודת שבת אינאיינעם בשבת אחים מיטן רבינ'ס קינדער, אין שפיץ פון בנו הגדול הרה"צ אברהם יעקב שליט"א וואס האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה.
שבת אינדערפרי נאך שחרית האט דעם רבינ'ס יונגסטער זון הרה"צ ר' ישראל פלינטשיין שליט''א אויפגעטרעטן מיט קארצע דיבורים כהכנה דרבה, דערנאך איז דער רבי ארויף לביתו נאווה קודש צום מעמד הכנסת ספר תורה, פון די הייליגע איבערגעפרישטע ספר תורה, און א צווייטער ספר תורה, וואס האט געהערט צו די סאדיגורא רעבעצין ע"ה, מחברתו הטהורה פונעם אלטן רבי'ן הרה"ק רבי אברהם יעקב, וואס איז געווען א טאכטער פון הרה"ק בעל "בית אהרן" מקארלין זי"ע.
דער רבי האט מכבד געווען הרה"ח יעקב שרייבער שליט"א מחשובי חסידי הוסיאטין, און הרה"ח ר' מרדכי שלמה סאלאמאן שליט"א וואס האט פאבריצירט די כתרים און עצי חיים, צו מלבש זיין דעם ספר תורה. כנהוג אין בית רוזשין האט מען מכבד געווען די רעבעצין תליט"א ארויפצולייגן דעם קרוין אויפ'ן ספר תורה.
די תהלוכה מיט די ספרי תורה האט זיך ארויסגעלאזט פונעם רבינ'ס הויז דורך דעם בנין הבית מדרש, היות וואס דער רבי שליט"א איז נישט מטלטל אום שבת, בשעת די תהלוכה איז ערשינען דעם רבינס איידעם כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א.
ווען די ספרי תורה האבן זיך באוויזן אין סאלאש, האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין און דער רבי האט אפגעראכטן די הקפות אינאיינעם מיט די בני המשפחה און חשובע רבנים און געסט, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא ירושלים שליט"א, הגה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים, און הרב ישראל אברהם ברייאר ברודער פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א.
נאך די הקפות האט דער רבי פארטיילט מיני מתיקה פאר די הונדערטער ילדי חמד, דערנאך האט מען געליינט אין די תורה, וואו די עליות זענען אפגעקויפט געווארן פאר גרויס געלט. דער רבי שליט''א האט עולה געווען שלישי כנהוג, פארן עולה זיין האט מען געזינגען דעם ניגון "היה עם פיפיות שלוחי עמך", און נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט די ברכה פון שהחיינו בשם ומלכות מיט א געוואלדיגע דביקות, און די ציבור האט אויסגעבראכן מיטן ניגון "כי אורך ימים" פאר א לענגערע וויילע.
צו מוסף איז צוגעגאנגען חתנא דבי נשיאה כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא מיט די השתתפות פון פילע רבנים חשובים צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מסטריקוב ירושלים שליט"א, הגה"צ רבי ברוך האגער שליט"א אבד"ק ברכת משה בית שמש, אבד"ק דאברא, און הרה"צ רבי אברהם יהושע העשיל ברייאר שליט"א בן האדמו"ר מבאיאן.
קורצליך דערויף איז דער רבי ערשינען צום מיטאג טיש ברוב עם אינעם סאלאש, וואו עס האבן מיסב געווען על שולחן מלכים דעם רבינ'ס קינדער, אייניקלעך, און אור אייניקלעך כשתולי זיתים סבוב לשולחנו, אינאיינעם מיט אלע געסט מקרוב ומרחוק.ביים מיטאג טיש האט דער רבי געמאכט קידוש אויפ'ן הייליגן בעכער פונעם בעל ההילולא הרה"ק מהוסיאטין זי"ע מיט וויין וואס איז ספעציעל געשיקט געווארן דורך כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א לכבוד המאורע. עס האט אויפגעטרעטן דעם רבינ'ס זון הרה"צ רבי נפתלי הערץ פליטנשנטיין שליט''א, און דער רבי האט פארטיילט פירות און י"ב חלות פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן להצלחת המעמד און פאר שלוחי דרבנן העסקן ר' מאיר פרוש הי"ו. ביי מנחה האט מען צום ערשטן מאל געליינט אינעם ספר תורה פון די סאדיגורא רעבעצין ע"ה, און דער רבי האט עולה געווען שלישי, ביי שלש סעודות האבן זיך אנגעזעהן צווישן די באטייליגטע הרה"ג ר' יעקב יוסף ווירצבערגער שליט"א אב"ד בארדיטשוב, און הרה"צ יוסף ברייאר שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א.
ביי שלש סעודות האט דער רבי משמיע געווען הארציגע דברות קודש איבער די זכי' וואס איז געפאלן בגורלו צו מתקן זיין די הייליגע ירושה ספר תורה און די השפעות וואס מען דארף מיטנעמען פון אזא שבת. נאך הבדלה זענען די חסידים אריבער מקבל זיין ברכת קדשו פונעם רבי'ן נאכן געהויבענעם שבת.






















תגובות