פרייטאג פ' כי תבוא • י"ז אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
נאך לאנגע וואכן פון געשפאנטקייט ביים יהדות הגולה וועלכע קוקן ארויס צו הערן די ענדגילטיגע דעטאלן ארום די גראנדיעזע עצרת גדולה די גרעסטע היימישע מאסן צוזאמקום אין אמעריקאנער היסטאריע, איז די נאכט באשטעטיגט געווארן אז די גרויסארטיגע עצרת ׳זעקת הגולה׳ וואס האט געזאלט פארקומען קומענדיגע זונטאג אין נוארק - ניו דזשערסי ווערן אפגעשטופט אויף א אנדערע געלעגנהייט.
די לעצטע פאר טאג האבן די עסקנים געארבעט פיבערהאפטיג אויף אלע פראנטן צו באקומען די נויטיגע פערמיטן און טרעפן א פאסיגן ארט צו קענען אפהאלטן די גרויסע עצרת, און אלע מניעות וואס זענען אונטערגעקומען כל אורך הדרך, האט גארנישט נישט געקענט אפשטעלן די פייער וואס האט געפלאקערט ביי רבבות שלומי אמוני ישראל, און ב"ה איז די סוף וואך ענדגילטיג געווארן באַשטעטיגט א פאסיגע מקום, א ריזיגע שטח וואס איז סטראטעגיש געאייגנט אפצורעכטן אזא היסטארישע מעמד, און מ'האט שוין באַשטעטיגט מיט די באאמטע אז אלעס גייט קענען פאראויסגיין לויט די פלענער.
אבער די היליכיגע קידוש שם שמים פון די הכנה דרבה צום ריזן עצרת איז געווען א ריכטיגע גירא בעינא דשטנא, אז דאס גאנצע יהדות הגולה איז גרייט אויף מסירות נפש, און ארויסצוקומען אין א אומבויגזאמע מלחמת ה', האבן די פאליציי דעפארמענטס אין ניו יארק און ניו דזשערסי עס נישט געוואלט באשטעטיגן און גע'טענה'ט אז זיי זעען נישט קיין וועג צו קענען דאס אראנדזשירן צוליב די ריזן ערווארטערטע ציבור אזוי אויך האבן זיי געזאגט אז וויבאלד די מלחמה מצב אין ארץ ישראל האט זיך פארערגערט, און בפרט אין יענעם מקום איז פארהאן א גרעסערע באוועגונג פון גרופעס וואס רודערן ארום, האבן זיי בשום אופן נישט געוואלט געבן די פערמיטן צו קעמען דארט אפרעכטן דעם עצרת.
אגאנצן טאג האט מען נאך אלס פרובירט אויף אלע אופנים צו קענען שתדל'ן ביי אלע באאמטע דאס צו קענען צושטאנד ברענגען, אבער די נאכט נאך אסיפות עסקנים מיט אַלע קהלות הקודש, האט מען באשלאסן אז צוליב די דערמאַנטע סיבות קען מען נישט האבן די פערמיטן אויף דעם קומענדיגן זונטאג, דעריבער מוז מען אוועקטרעטן פון דעם באשטימטן טאג, און יעצט לייגט מען אריין אלע כוחות זיך צו פריש ארגאנאזירן צו טרעפן די ריכטיגע מקום צו קענען אקאמאדירן דעם ריזיגן פאראייניגטן ציבור פון אלע קהלות וואס זאל פארקומען אינעם ריכטיגן טאג בקרב הימים, און אַלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב, וחפץ ה' בידינו תצליח וכל הרשעה כעשן תכלה ותעביר ממשלת זדון מן הארץ!
Comments