top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסע נסים אין אלטן ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא ווען טייל פונעם דאך איז איינגעפאלן; בחסדי ה' קיין געשעדיגטע

  • לפני 11 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' ראה • כ''ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

גרויסע ניסים האט נעכטן נאכמיטאג פאסירט אינעם בנין ביהמ"ד הישן אין שיכון סקווירא, ווען טייל פון די ווייבער שוהל דאך אויף דרום זייט העכער איינע פון די דאווענען שטיבלעך איז פלוצלינג איינגעפאלן, בניסי ניסים האט זיך קיינער נישט געפינען אונטערן דאך.


הצלה וואלונטירן וועלכע זענען אין איילעניש אנגעקומען צום ארט האבן באשטעטיגט אז עס איז נישטא געשעדיגטע בחסדי שמים, און אצינד ווארט מען אז די ענדזישנירן זאלן קומען באקוקן די שאדנס און זיכער מאכן אז די אנדערע טייל פונעם ווייבער שול איז פארזיכערט.


קורצליך נאך די אינצידענט איז הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א בנו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אנגעקומען אינעם אלטן ביהמ"ד וואו ער האט זיך אומגעקוקט אויף די שאדנס אינאיינעם מיט די עסקנים און באאמטע און ארויסגעברענגט די חיוב הודאה אז עס איז ברוך השם נישט געווען קיין מענטשליכע שאדנס.



bottom of page