top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבית יצחק ספינקא אפגטשאט אין אנטווערפען מנחם אבל צו זיין ע"פ מחותנו הגה"צ גאב"ד פשעווארסק וומסב"ג זצ"ל

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 28 בינו׳
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' בא • כ"ח טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א האט פאריגע וואך מיטוואך פארטאגס פארלאזט ארצינו הקדושה אויפן וועג אהיים למעון קדשו אין ניו יארק וואו דער רבי האט אונטערוועגנס אפגעשטאט אויף עטליכע שעה אין שטאט אנטווערפען, מנחם אבל צו זיין ביי די קינדער פון מחותנו כ"ק גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג זצ"ל.


נאכמיטאג האט דער רבי געלאדענט אינעם לופטפעלד אין בריסל און איז באלד אריינגעפארן אין שטאט צום אכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' יוסף שמואל שפירא הי"ו. נאך א קורצע אפרוה איז דער רבי צוגעפארן צום בית האבלים וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן א משך זמן. עס איז אויך געוועהן אנוועזנד כ"ק אדמו"ר מפרעמישלאן אנטווערפען שליט"א און עס איז ארומגעשמועסט שיינע זכרונות פון דעם שטוב - ביתו של אברהם אבינו, און די אוסטערלישע מידת החסד פונעם רב זצ"ל.


נאכן מנחם זיין די אבלים האט דער רבי געדאווענט מעריב דארט בבית האבלים. דערנאך באנאכט איז דער רבי געוועהן אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וואו די רבי'ס האבן פארברענגט בנועם שיח.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page