טויזנטער האבן געפראוועט גרויסן טאג פון ל"ג בעומר ביים קבר שמעון הצדיק אין ירושלים
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער
אינעם גרויסן טאג ל״ג בעומר האבן טויזנטער אידן געשטראמט צום קבר שמעון הצדיק, וואו מען האט זיך מיטגעפריידט פונדערווייטנס מיטן הילולא דרשב"י.
די אלטע ירושלימ׳ער מסורה צו פראווענען ל"ג בעומר ביים קבר שמעון הצדיק גייט צוריק דורי דורות, ווען די נסיעות קיין מירון זענען געווען בחזקת סכנה און א שווערע אפקומעניש, דעריבער פלעגן ירושלימער אידן מאז ומקדם פוקד זיין דעם ציון הק' פון שמעון הצדיק וואס געפונט זיך אין מזרח ירושלים, אינעם אראבישן געגענט שייך דזשאראח.
אויך היי יאר ווען די נסיעות קיין מירון זענען געווען געצוימט האט זיך אנגעזען א ריזיגן ציבור מתפללים, חסידים ואנשי מעשה, וועלכע זענען אנגעקומען אין אלע שעות פון ל"ג בעומר און דארט אויסגעגאסן די הערצער פאר'ן בוכ"ע בזכות התנא אלקי רבן שמעון בן יוחאי.
א געהויבענע און פרייליכע אטמאספער און אוירא דמירון האט זיך געשפירט ביים מתחם הציון, וואו עס איז פארגעקומען נאכאנאנדע ריקודין בתופים ומחולות לכבוד היום, אידן האבן אפגעראכטן חאלאקע'ס, געצינדן ליכט, און עס איז געווען צוגעשטעלט לייכטע איבערבייס פארן גאנצן ציבור.















































































































