top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ישועת ה' כהרף עין • געבורט פון א יונגעלע למז"ט ביי הגאון רבי צבי קושלבסקי ר"י אהבת התורה נאך יאהרן ווארטן אויף זש"ק

זונטאג פ' פקודי • ל' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: גרשון רוז בחדרי חרדים


מיט איבערראשונג אין פרייד איז היינט אויפגענומען געווארן די פריידיגע בשורה, אז עס איז געבוירן געווארן א בן בכור למזל טוב ובשעה טובה ומוצלחת ביי הגאון הגדול רבי צבי קושלבסקי שליט"א ראש ישיבת היכל התורה אין די הר נוף געגענט אין ירושלים.


די ראש ישיבה שליט"א איז מיט עטליכע יאהר צוריק נתאלמן געווארן מיט די פטירה פון זיין רעבעצין ע"ה וואס איז געוועהן א טאכטער פון זיין פעטער הגאון הגדול ר' לייב גורביץ זצ"ל ראש ישיבת געיטסהעד - וואס איז נפטר געווארן אין עלטער פון זיבן אין זיבעציג יאהר, נישט איבערלאזנדיג נאך זיך קיין זרע של קיימא.


די ראש ישיבה וועלכע איז שוין דאן געווען בא בימים האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט זיין חשובע רעבעצין תבלחט"א, א מאמע פאר עטליכע קינדער, די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תשע"ח בהיכל ישיבתו פונעם ראש ישיבה אין הר נוף, וואו די פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' האט מסדר געוועהן חופה וקידושין. נאך יאהרן לאנג וואס די ראש ישיבה האט נישט אויפגעגעבן האפענונג אין אלס ארויסגעקוקט אויף די ישועה איז ער געהאלפן געווארן מיט א בן זכר למזל טוב, זייענדיג א קרוב לבן תשעים שנה בלי עין הרע.


ישועות השם כהרף עין, די שמועה טובה צושיקט פרייד כוואליעס ביי אידן בכל מקומות מושבותיהם, און אין די זעלבע צייט טוט דאס אריינגיסן עמערס מיט האפענונג ביי פילע אידן וואס ווארטן נאך אויף דעם גליקליכן מאמענט צו הערן א געוויין פון א קינד אין שטוב און ווארטן שוין ארומצוהאלזן א קינד.

היינט צופרי מיט די אנקום פון די פריידיגע בשורה האבן די תלמידי הישיבה 'היכל התורה' אויסגעבראכן אין פרייליכע ריקודין אינאיינעם מיטן ראש ישיבה די אבי הבן להודות ולהלל אויף די גרויסע נסים שלא כדרך הטבע.



Comments


bottom of page