top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מועצת גדולי התורה וועט זיך מארגן צוזאמקומען במעונו פון האד' מוויזניץ; האד' מביאלא ווערט אויפגענומען אלס "חבר מועצת"

  • Bechatzros admin
  • 4 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 14 ביולי

מיטוואך פ' נשא • ח' סיון תשפ"ה - אסרו חג שבועות | בחצרות הקודש

ree

אין די צייט וואס דער עולם התורה אין ארץ ישראל איז אונטער אטאקע און ספראוועט זיך מיט'ן ביטערן גזירת הגיוס, וועלן זיך די גדולי האדמור"ים וועלכע זענען אנגעלשאסן אינעם מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל צוזאמקומען אויף א וויכטיגע אסיפה, מארגן דאנערשטאג, דן צו זיין איבער'ן קריטישן צו השעה אין שאטן פון די רדיפות הדת.


די אסיפה וועט אפגעהאלטן ווערן בבית האכסניא פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון די פירנדע אדמור"ים חברי המועצת, אין מושב אורה בגלילות ירושלים, וואס איז באשטימט געווארן אלס אכסניא של תורה פון דעם אסיפםה נחוצה, נישט צו דארפן מטריח זיים דעם וויזניצער רבי'ן אין זיין שוואכן געזונט צושטאנד.


ביי די זיצונג וועלן די שלוחי דרבנן די חברי הכנסת פארלייגן פאר די אדמורי"ם די פארשידענע אפציעס וואס זענען פארהאן אויפן טיש, איבערהויפט איבער די מעגליכקייט ארויסצוגיין פון די קאאליציע און דערמיט אומווארפן די רעגירונג היות וואס דער 'חוק הגיוס' איז נאך אלס נישט באשטעטיגט געווארן לויט די נוסח וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך אלע דריי מועצת גדולי התורה פון די חסידישע ליטווישע און ספרדישע גדולים, וואס שטעלט אריין דעם עולם התורה אין א באלדיגע סכנה.


אין א היסטארישע ווענדפונקט ווערט אויך געמאלדן, אז כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א ווערט אויפגענומען צו דינען אלס 'חבר המועצת' אינערהאלב די 'מועצת גדולי התורה' פון אגודת ישראל.


מיט די אויפנאמע פון כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א אלס חבר המועצת, ציהט זיך ווייטער די גאלדענע קייט, פון דריי דורות צדיקי בית ביאלא לדורותיהם אינעם מועצת גדולי התורה, אנגעהויבן ביים רבי'ן דער חלקת יהושע, זיין זון דער מבשר טוב און אצינד ממשיך דרכם בקודש כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א.


דער ביאלא רבי שליט"א איז ברייט באקאנט אלס אן איש חכם ונבון, מיט א שכל הישר, און האט לענגערע יארן געדינט אלס ראש ישיבה און מרביץ תורה, זייענדיג נענטער באקאנט מיט די עולם הישיבות. אצינד מיט די התמנות, וועט זיך דער רבי שליט"א אנשליסן צו די אנדערע גדולי האדמורי"ם שליט"א חברי המועצת און אינאיינעם דן זיין און מטכס עצה זיין את הדרך ילכו בה אין אלע קריטישע און וויכטיגע החלטות אנבאלאנג דאס יהדות החרדית בארה"ק.


ביי די מארגנדיגע 'אסיפת מועצת גדולי התורה' אין די אכסניא פון מרן האדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין מושב אורה, וועט דער רבי שליט"א מופיע זיין צום אסיפת המועצת, צום ערשטן מאל נאכן איבערנעמען די כס האדמורו"ת.

תגובות


bottom of page