מאסן האבן אפגעגעבן לעצטן כבוד ביי לוויה פון כ"ק אדמו"ר מביאלא אוסטרובא זצ"ל אין ירושלים
- לפני 42 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בצער רב האבן פילע חסידים, ידידים, מעריצים און קרובי המשפחה נעכטן באגלייט למנוחת עולמים אחר מיטתו פונעם בעל היסורים כ"ק אדמו"ר מביאלא אוסטרובא זצ"ל, וואס איז ליידער נפטר געווארן אין מאנהעטן נאך א שווערע קראנקהייט און ביטערע יסורים וואס דער רבי האט ליידער מיטגעמאכט אין די לעצטע יארן.
מיטאג צייט האט די מיטה געלאנדעט אין די לוד לופטפעלד, וואו עס האבן שוין אפגעווארט דעם רבי'נס עלטערע ברודער כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א, אינאיינעם מיט אחיו הגה"צ רבי צבי יאיר שמואל ראבינאוויטש אבד"ק ביאלא בני ברק און א פמליא חסידים, אזוי אויך כ"ק אדמו"ר מביאלא רמת אהרן שליט"א און נאך קרובי המשפחה.
פונעם עירפארט איז די מיטה געפארן קיין ירושלים צו די גבעת שאול געגנט, וואו די מיטה איז אריינגעפירט געווארן לבית מדרשו פונעם נפטר אויף רחוב דוד הראובני, וואו מען האט געזאגט תהילים ביז צו די לוויה. יאמערליכע בכיות איז געהערט געווארן אין ביהמ"ד, דורך די פילצאליגע אידן וועלכער זענען געווען אזוי צוגעבינדן צום גרויסן נפטר דער רבי זצ"ל בחיים חיותו.
אום פיר אזייגער נאכמיטאג האט מען אנגעהויבן די הספדים, צוערשט האט מספיד געווען די ברודער כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א, דערנאך די ברודער כ"ק אדמו"ר מביאלא בית שמש שליט"א, דערנאך דער שוואגער הגה"צ רבי שלמה וואסערמאן שליט"א, אבד"ק לעלוב, וואו די מספידים האבן פה אחד ארויסגעברענגט דעם רבי'נס געהויבענע הנהגה בתורה, עבודה, כיבוד אב, זיין איבערגעגעבנקייט פאר יעדן אידיש קינד, זיין עבודת הקודש אין קירוב רחוקים, די פעקל ביטערע יסורים וואס דער רבי האט ליידער מיטגעמאכט אין לויף פון די יארן, און אלעס מקבל געווען באהבה, און מען האט געבעטן מחילה כנהוג.
דערנאך האבן אויפגעטרעטן דער משב"ק הרב דוד לוסטיגמאן, וועלכער האט זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש די אלע יארן שטייענדיג לימין קדשו פונעם רבי'ן, און ער האט פארשפראכן ווייטער ממשיך צו זיין דער הויף אין בית המדרש אין גבעת שאול, וואס וועט זיין א נייחא לנשמתה פארן רבי'ן בגנזי מרומים.
דערנאך האט מען געהערט דברי קינה ונהי דורך האדמו"ר המקובל הרה"צ רבי שלמה בוסו שליט"א, וואס האט מעורר געווען דעם פארזאמלטן ציבור מיט דברי חיזוק והתעוררות זיך מחזק צו זיין נאך דעם שווערן בראך.
נאך די הספדים האט דעם רבי'נס לעצט פארבליבענע זון, הבחור יחיאל יהושע ראבינאוויטש נ"י, געזאגט קדיש, און דערנאך האבן די אייניקלעך, די יתומים, קינדער פונעם רבי'נס זון הרב משה מרדכי ראבינאוויטש ז"ל, וואס איז נפטר געווארן פריער דעם יאר, געזאגט קדיש יתום נאך דעם שבר על שבר.
מען האט דאן ארויסבאגלייט די מיטה אויפ'ן וועג צום הר הזיתים, וואו דער רבי איז געקומען לקבורה בחלקת אבותיו הקדושים אדמו"רי בית ביאלא. נאך סתימת הגולל האבן די ברידער האדמו"ר מביאלא-בני ברק און ביאלא-בית שמש אינאיינעם געזאגט קדיש.
באזונדער האבן זיך אנגעזען בראש המלוים ביי די לויה דער שוואגער כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, דער מחותן כ"ק אדמו"ר מבאטאשאן שליט"א. און נאך אדמו"רים ורבנים חשובים.
נאך די לוויה איז מען געפארן צום בית האבלים אינעם רבי'נס שטוב אין גבעת שאול, וואו מען האט זיך געזעצט שבעה הארט בעפאר די שקיעה.


















































תגובות