שמחת הברית פון אייניקל ביי האד' מביאלא בית שמש פארגעקומען אין עיה"ק ירושלים
- לפני 9 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני
נעכטן מאנטאג איז פארגעקומען אין ירושלים, די שמחת הברית מילה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא בית שמש שליט"א, בן הבכור ביי בנו הרה"צ רבי שלמה לייב רבינוביץ שליט"א, חתן הגה"צ רבי אהרן הלוי וואזנער שליט"א זון פון הגה"צ גאב"ד זכרון מאיר זצ"ל בעל מחשבת הלוי.
די שמחה איז פארגעקומען אין די שידלובצא ביהמ"ד במעמד קהל רב, און מיטן השתתפות כבוד פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וועלכער האט געדינט אלס מוהל.
מיט סנדקאות איז מכובד געווארן דער זיידע, כ"ק אדמו"ר מביאלא בית שמש שליט"א, וועלכער איז געזעסן אויף דעם שטול פון זיין פאטער, כ"ק אדמו"ר בעל להבת דוד מביאלא בני ברק זצ"ל, און געווען אנגעטון מיטן טלית פונעם זיידן הרה"ק בעל חלקת יהושע מביאלא זי"ע. מיט כסא של אליהו איז מכובד געווארן דער צווייטער זיידע, הגה"צ רבי אהרן וואזנער שליט"א.
מיט ברכות איז מכובד געווארן דער מוהל, הגה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א, און מיט עמידה לברכות איז מכובד געווארן דער פעטער כ"ק אדמו"ר משידלובצא שליט"א. ויקרא שמו בישראל "שמואל", נאכן זיידן דער פוסק הדור, בעל שבט הלוי זצוק"ל.
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין ביהמ"ד וואו מען האט געזונגען ניגוני שמחה איז דער ציבור איז דורך וואונטשן מזל טוב פאר די חשובע זיידעס און בעלי השמחה.






















תגובות