top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עיר העתיקה • האד' מסאדיגורה ירושלים באזוכט היסטארישן רענאווירטע 'תפארת ישראל' שוהל אין ירושלים

דינסטאג פ' בהעלתך - י"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות


נעכטן מאנטיג נאמכיטאג האט כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה ירושלים שליט''א אפגעשטאט א באזוך אינעם היסטארישן 'תפארת ישראל' שוהל אין אלט שטאט ירושלים באקאנט אלס ''ר' ניסן בק'ס שוהל'' ווי עס ווערט דורכגעפירט מַאסיווע רענאווציע אין איבערפרישונג ארבעט ביי וועלכן דער בית הכנסת וועט בַאקומען א נייע מלכות'דיגע צורה.


דער היסטארישער ניסן בק שוהל אין ירושלים איז געבויעט אויפן איניציאטיוו פונעם הייליגן ריזשינער זי"ע וועלכער האט געשיקט דאס געלט קיין ארץ ישראל אין באאויפטראגט דעם באקאנטן רוזינער חסיד ר' ניסן בק צו קויפן דעם שטח אין אויפצובויען דעם שוהל ועל שמו נקרא בית הכנסת תפארת ישראל. אידן פלעגן דורכאויס די לעצטע הונדערט יאהר אהין קומען דאווענען א תפילה אדער זאגן א קאפיטל תהלים, כאטש וואס דער שול איז געוועהן אינגאנצן חרוב אין שטארק נאכגעלאזט, האבנדיג בקבלה וואס דער הייליגער ריזשינער האט געזאגט אז בימינו אנו ווען דער בית המקדש איז חרוב גייען אלע תפילות ישראל ארויף דורך דעם מקום.


מרנן האדמו''רים לבית רוזין פלעגן במשך די יאהרן שטענדיג באזוכן דעם שוהל כאטש איר נאכגעלאזטן מצב לחיבת הקודש צום דעם הייליגן מקום, צווישן זיי כ''ק האד' בעל 'עקבי אבירים מסאדיגורה זי''ע אין להבדיל בין חיים לחיים כ''ק האדמו''ר מבאיאו שליט''א וועלכע האבן עוסק געוועהן אפצוהיטן דער קדושת המקום אין צוריק אויפבויען דעם שול מיט איר פולן פראכט אין גלאנץ.


אין די לעצטע יאהרן איז אונטערגענימען געווארן דעם פראיעקט איבערצובויען אין רענאווירן דעם שול מיט איר ארגינעלן געשטעלט אין אויסזעהן כמתכונתו אשר היה מקודם. בשנת תשע''ד אין געלייגט געווארן דער אבן הפינה צום ווידעראויפבוי פונעם שול אין אצינד האלט מען שוין ביי די לעצטע בוי פאזע'ס צו פארענדיגן דעם היסטראישן שול במלוא יפיו והדרו.


ווי געזאגט איז דער סאדיגורא ירושלים רבי נעכטן אנגעקומען אויף א באזוך ביי די בוי ארבעט אויפן ארט ווי די רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט אין ארומגערעט נאסטאלאגישע זכרונות אין איבער די קורות דברי הימים פונעם שול.







bottom of page