עֶלְיוֹנִים שָׂשׂוּ: ערשטמאליגער מעמד הקפת שניות פארגעקומען אין ביאלא הויף
דינסטאג פרשת בראשית - כ"ה תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר ויהושע פרוכטער
חסידי ביאלא זענען נאך אלץ אונטער די רושם פונעם געהויבענעם יום טוב שמחת תורה, און בפרט פונעם זעלטענעם און ערשטמאליגן מעמד הקפות שניות וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב עם ובהמון חוגג.
אנדערש ווי אין אלע יארן, ווען די הקפות שניות זענען אפגעראכטן געווארן תיכף נאך תפילת מעריב מוצאי יום טוב אויף א שנעלן פארנעם, איז דער רבי שליט"א דאס יאר, נאך מערערע הפצרות פון די חסידים, נעתר געווארן אפצורעכטן א גרויסארטיגן מעמד בתופים ובמחולות.
דאס בית המדרש איז ספעציעל אויסגערישט געווארן מיט הויכע פארענטשעס פון אלע זייטן, איבערלאזנדיג א גרויסן חלל אינמיטן היכל בית המדרש וואו דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודין קדישין.
דורכאויס די הקפות האט דער רבי אפגעראכטן אן עבודה רבה טאנצנדיג מיטן היסטארישן ספר תורה פון זקינו הרה"ק בעל חלקת יהושע מביאלא זי"ע וואס ער האט ארויסגעראטעוועט פון די ברענעדיגע אייראפע בשעתן קריג.
אויף יום טוב האט דער רבי געשיקט דעם דאזיגן ספר תורה קיין מעלה עמוס, וואו אחיו הרה"צ רבי אברהם משה ראבינאוויטש שליט"א אבד"ק ביאלא מעלה עמוס האט דערמיט געפראוועט די הקפות, און מוצאי יום טוב האט דער רבי אפגעראכטן די הקפות שניות מיט די ספר תורה.





















































תגובות