הערליכע שמחת נישואין בחצר באבוב-45 פון הכלה נכדת אבד"ק באבוב-45
- בחצרות הקודש

- 26 בינו׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 27 בינו׳
זונטאג פ' בא • כ"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הילל ל"ש
א שמחה'דיגע שטימונג האבן פילע חסידים פאריגע וואך מיטגעהאלטן די שיינע רבישע חתונה פונעם חתן א זון פון הרה"ג ר' פנחס יוסף דאכנער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק בערמעהט שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' מאיר יוסף אייכענשטיין שליט"א ראה"כ באבוב 45, זון פון הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, די שמחה איז געפראוועט געווארן בקול רנה ותודה בהיכל ביהמ"ד הגדול באבוב-45 אין בארא פארק.
בראש השמחה האט מפאר געוועהן די גרויסער פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועלכער האט מיטגעהאלטן די גאנצע שמחה מרישא ועד גמירא. ביים חופה איז דער זיידע כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א, מיט ברכות ראשונות די זיידעס הגה"צ אבד"ק בארמעטה שליט"א און הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א, ברכה אחריתא דער געהויבענע עלטער פעטער דער רבי שליט"א. נאכן חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכת קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסעגלאזט אין א מחול לצדיקים.
שפעטער ביינאכט איז דער רבי צוריקגעקומען צו די חתונה. דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין מיטן חתן און מחותנים און א באזונדערע ריקוד מיטן שוואגער אבד"ק באבוב-45 שליט"א. בשעת די ריקודין זענען די חסידים דורך זאגן לחיים. נאכן בענטשן האט הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו בדחנא דמלכא אויסגערופן דעם רבי'ן שליט"א צום מצוה טאנץ. דער רבי איז געטאנצן די ריקודין נלהבין לפני הכלה, און דערנאך געטאנצן מיטן שוואגער אבד"ק באבוב-45 שליט"א. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די מצוה טאנץ פונעם זיידן אבד"ק באבוב-45 און די אנדערע זיידע'ס און מחותנים. דער רבי איז פארבליבן ביז סוף מצוה טאנץ און דערנאך פארגעזינגען 'אין כאלוקינו' כמנהג צאנז.















































תגובות