top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עבד נאמן: פארלוסט אין חצר הקודש באבוב מיט פטירה פון פיליעריגער גבאי הישיש ר׳ משה מאיר איינהארן ע״ה

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

מוצאי שבת פ' ויקהל פקודי • כ''ה אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס צער און ווייטאג האבן חסידי באבוב באגלייט דעם ערב שבת למנוחת עולמים אחר מיטתו פון אחד משרידי דור הישן הרה״ח המפואר ר׳ משה מאיר איינהארן ע״ה, לאנגיעריגער גבאי נאמן דקהל שערי ציון דבאבוב איבער א יובל יארן, כולן שוין לטובה, וואס איז נפטר געווארן דעם ערב שבת אין טיפן עלטער פון 100 יאר.


ר׳ משה מאיר איז געבוירן ערב סוכות שנת תרפ״ו אין שטאט קשאנוב צו זיין פאטער וואס איז געווען פון די חשובע באבובער חסידים אין שטאט. אלס אינגל האט ער עטליכע מאל זוכה געווען צו וויילן במחיצת רבו הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי״ע וואס האט געוואוינט אין יענע יארן אין שטאט טשעבין. בהגיע לעול תורה ומצוות ערב סוכות שנת תרצ״ט איז ער געפארן לייגן תפילין ביים הייליגן קדושת ציון, זייענדיג דער לעצט פארבליבענער איד וואס האט נאך געלייגט תפילין ביים קדושת ציון.


ביים צווייטן וועלט קריג האט ער מיטגעמאכט זעקס שווערע לאגער־יארן און זיך געהאלטן במסירות נפש. נאך׳ן קריג איז ער אנגעקומען קיין שווייץ ווי ער האט געדינט אלס שוחט אונטער הגאון הגדול בעל חלקת יעקב זצ"ל גאב״ד ציריך.


עטליכע יאר דערויף האט ער זיך געצויגן קיין אמעריקע און זיך מדבק געווען בכל נימי נפשו צו רבו המובהק הרה״ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ״ל. ער האט שוין אין יענע יארן געדינט אלס גבאי אין די באבוב׳ע שטיבל אין בארא פארק בעת ווען דער באבובער רב האט נאך געוואוינט אין קראונהייטס.


בשנת תש״ל איז ער אויפגענומען געווארן אלס גבאי דקהל שערי ציון דבאבוב דורך רבו הרה״ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי''ע, א תפקיד וואס ער האט אנגעהאלטן במסירות נפלאה מיט א נאמנות יתירה און געטריישאפט פאר גאנצע פופציג יאר.


זיין התקשרות צו בית באבוב האט שפעטער אנגעהאלטן ביי הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זצ"ל צו ווער איז ווייטער געבליבן אדוק ומקושר, און שפעטער ביי יבלחט״א כ״ק אדמו״ר מבאבוב שליט״א וואס האט אים שטענדיג ארויסגעוויזן א חביבות יתירה.

ר׳ משה מאיר האט געהאט פילע חזקות וואס האט אנגעהאלטן ביז צו זיינע לעצטע יארן בכל כוחו.


ער האט געדאווענט יעדן טאג שחרית אינעם מנין הקבוע פון כ״ק אדמו״ר מבאבוב שליט״א חק ולא יעבור ביז פאר עטליכע יאר צוריק, שוין זייענדיג אין די הויכע ניינציגער יארן. ער פלעגט אנהייבן ברוך קל עליון מדי שבת בשבתו ביי שלש סעודות און פלעגט אריינגיין יעדן ערב שבת אל הקודש פנימה איבערגעבן די דמי שכירות פון די קהילה פארן רב שליט״א.


ר׳ משה מאיר איז געווען א דמות פון א פארצייטישער חסידישער איד וואס האט געדינט דעם אייבערשטן בתמימות און נושא ונותן געווען באמונה און א מעורב בין הבריות.


מיט עטליכע חדשים צוריק איז זיין אשת חיל נפטר געווארן נאך קרוב צו 80 יאר פון די חתונה, באלד נאך׳ן קריג, און ער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין סדר היום ביז די לעצטע טעג ווען זיין מצב איז געווארן שווערער, און האט דעם פרייטאג אויסגעהויכט זיין נשמה אין טיפן עלטער פון 100 יאר.


די לוויה איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ״ד הגדול באבוב אין בארא פארק, ווי א גרויסער ציבור האט אפגעגעבן דעם כבוד האחרון פארן געטרייען גבאי נאמן אשר עמד לשרת בקודש אזויפיל צענדליגער יארן.


הגה״צ דומ״ץ באבוב שליט"א האט מספיד געווען בשם כל קהלא קדישא הדין, און דערנאך האבן מספיד געווען עטליכע מבני המשפחה. נאך די הספדים האט דער ציבור מלוה געווען דעם נפטר לדרכו האחרונה.


אין שפיץ פון די מלווים האט זיך אנגעזען כ״ק אדמו״ר מבאבוב שליט״א און האדמו״רים מבית חיים יהושע, דאמבראווא, אבד"ק באבוב 45, ראש ישיבת באבוב, הרבנים מסארוואש, ציעשנוב, רודניק, און נאך.


פון דארט איז די מטה אפגעפארן צום באבובער בית החיים, ווי ער איז געקומען לקבורה הארט נעבן דעם אהל הק' פון אדמור"י בית באבוב.


יהא זכרו ברוך.


תגובות


bottom of page