שארפע הוראת קודש פון האד' מביאלא איבער בילדער און פראפעגאנדע למיניהם
- בחצרות הקודש
- 12 בינו׳
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' שמות • י"ב טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שלומי טריכטר
חסידי ביאלא האבן אין די יעצטיגע טעג אויפגענומען די הוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, וועלכע האט פארבאטן צו פאשפרייטן זיינע בילדער פאר די אלגעמיינע גאס.
דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי האט ערהאלטן גריסן פון די בילדער וואס זענען פאשפרייט געווארן אין אלע אויסגאבעס, מיט ברייטע דעקונג פונעם גרויסן שמחת החתונה פון די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א. נאך די ימי השמחה האט דער רבי געלאזט רופן די הנהלת המוסדות, און ארומגערעדט איבער די שארפע התנגדות פון די צדיקים הקודמים קעגן כאפן בילדער און פרסום און דערצו שפירט ער נישט באקוועם און רואיג ווען מען שטייט. דער רבי האט דערביי אויפגעפאדערט די הנהלה, אז זיי זאלן זעהן אפצושטעלן דאס כאפן בילדער פון סיי וועלכע מאורע אדער שמחה בחצר הקודש און זיכער מאכן אז דאס ווערט נישט פאבלעצירט פאר די אלגעמיינע גאס.
דער רבי האט באטאאנט, אז אויב זענען פארהאן געוויסע מאורעות, וואס די הנהלה שפירט אז עס איז יא דא א סיבה צו כאפן בילדער, פאר געלט וכדומה, זאל מען דאס זעען צו טון אויף א באשיידענע פארנעם, און ס'זאל ווערן פאבלעצירט בלויז פאר חסידי ביאלא און נישט אין די צייטונגען.
נישט לאנג צוריק ביים מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם ביאלא ביהמ"ד אין ביתר האט דער רבי שארף ארויסגעטראטן קעגן דעם ענין פון פראפעגאנדע, און ארויסגעברענגט די נקודה וואס מען האט מקבל געוועהן פון אביו כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל וואס האט כל ימיו געלעבט פאר זיך, שטיל און באשיידן אן קיין טראסק, דער רבי האט דאס צוגעשטעלט דא צום מעמד הנחת אבן הפינה, אז מען שטעלט אוועק א יסוד פאר א ביהמ"ד דארף דאס זיין איידל און איינגעהאלטן אן קיין פרסום.
תגובות