top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ענדגילטיג: הר הקודש מירון וועט זיין געצוימט פאר מתפללים אום ל"ג בעומר

  • לפני 12 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' אמור • ט' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

די מדינת ישראל רעגירונג האט יעצט ביינאכט געמאלדן זייער ענדגילטיגע באשלוס צו באגרעניצן הר הקודש מירון אויף דעם קומענדיגן ל"ג בעומר צוליב די געפאר אז די כיזבאלא טעראר גרופע וועט אויסנוצן דעם טאג פאר זייערע בייזוויליגע פלענער, אין די צייט וואס טויזענטער אידן געפונען זיך אין מירון, וואס איז היבש נאנט צו די גרעניץ מיט לבנון.

די גאנצע בארג וועט אנגעבליך זיין פארשלאסן פון זונטאג נאכט ערב ל"ג בעומר ביז מאנטאג נאכט מוצאי ל"ג בעומר, און די גרויסארטיגע הילולא וועט געצוימט ווערן פאר מתפללים. די הדלקות וועלן קענען ווערן מיטגעהאלטן ווירטואל דורך א לייוו הוקאפ און בלויז א באשטימטע 1,500 מענטשן מיט ספעציעלע ערלויבעניש וועלן קענען זיך געפינען אויפן בארג אויפאמאל.


די נייעס איז אויפגענומען מיט גרויס באדויער ביי חרדישע אידן, וועלכע זעהן דערין א פרישן פרואוו פון דער ציוניסטישער רעגירונג צו פארכאפן קאנטראל און בעלות אויפ'ן הייליגן ארט, מיט'ן נוצן דעם אויסרייד פון מלחמה.

גלייכצייטיג טוען ערליכע אידן אויסווארטן אויף די הוראת שעה און דעת תורה פון די גדולי ישראל און מען איז מתפלל אז אלעס זאל זיך גוט אויסלאזן, און מ'זאל קענען פראווען די הילולא קדישא מתוך שמחה והתרוממות הנפש בזכות התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, וואס כדאי רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק.



תגובות


bottom of page