מאנטאג פ' וארא • כ' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
מיט געבויגענע קעפ און געבראכענע געמיטער האבן מאסן חסידים ואנשי מעשה דעם היינטיגן זונטאג באגלייט למנוחת עולמים האי צדיק נשגב אוהבן של ישראל ועושה חסד לאלפים הגה"צ גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג זצ"ל, די אנטווערפענע גאסן האבן געוויינט, אויף יעדנ'ס פנים איז געווען אויסגעגאסן א טיפע צער און ווייטאג על האי שופרא דבלי עפרא, ווען מ'האט פארלוירן דעם קרוין פון חסד אין שטאט, דער באליבטער איידעם פון הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע, וועלכער האט פארשיינט די שטאט מיט זיין עבודת הקודש און אומגלויבליכע פעולות הצדקה והחסד און הכנסת אורחים.
אין די צופרי שעה'ן איז דער ארון געברענגט געווארן צום פשעווארסקער ביהמ"ד, וואו מ'האט געמאכט די טהרה אין די אלטע אריגינעלע מקוה וואו צדיקי בית פשעווארסק זי"ע האבן זיך מטהר געווען לפני ה'. מיטאג צייט האט זיך אנגעהויבן די מסע הלוי', אינעם פשעווארסקער ביהמ"ד, וואס איז געווען איבערגעשטאפט עד אפס מקום, און נאך פילע אידן האבן מיטגעהאלטן די הספדים פון די גאס.
בראש המלוים האבן זיך אנגעזען אלע רבני ודייני העיר, ווען אין שפיץ זעט זיך אן די גרויסע שוואגערס כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א און כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפן שליט"א, וואס זייענדיג א כהן האט דער ספינקער רבי מיטגעהאלטן די לוי' זיצנדיג אין א קאר אינדרויסן פון ביהמ"ד. ווי אויך האט זיך באטייליגט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, וועלכער האט געוויילט אויף שבת אין שטאט.
די שורת הספדנין איז געעפנט געווארן דורכ'ן מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א, וואס האט גאר ווארעם ארויסגעברענגט די אבידה גדולה און שווערע קלאפ וואס די שטאט אנטווערפן האט געליטן בפטירתו פון האי גברא רבא, נאכזאגנדיג די גרויסע הפלגות וואס רבי איציקל און רבי יענקעלע האבן געזאגט אויף אים, וואס ער האט פערזענליך געהערט מפה קדשם, און געשילדערט אפס קצהו פון די אומבאגרייפליכע מעשי צדקה וחסד וואס ער האט אליינס בייגעוואוינט.
דערנאך האט מספיד געווען דער שוואגער כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפן שליט"א, וועלכער האט בקול בוכים באוויינט די אבידה גדולה פונעם טייערן שוואגער וואס מיט זיינע ווארעמע און רחמנות'דיגע פעולות החסד האט ער זוכה געווען מקרב צו זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים, ורבים השיב מעון, אויפ'ן דרך וואס ער האט צוגעזען ביים גרויסן זיידן און שווער, און מ'קען ריכטיג זאגן אויף אים "האי מאן דבעי למהוי דחסידא יקיים מילי דאבות", זייענדיג דער עמוד החסד אין אנטווערפן אויפ'ן דרך האבות, ווי רבי איציקל האט איינגעפלאנצט דעם גרויסן ברען און פייער פאר חסד, און זיך כל כולו אוועקגעבן פאר א צווייטן איד.
דערנאך האט מספיד געווען בנו בכורו הרה"צ רבי נפתלי אלימלך רייך שליט"א וועלכער האט אראפגעשילדערט גאלדענע שטריכן פון די עבודת הקודש וואס מ'האט געזען ביים טאטן, ווי ער האט מחזיר געווען אזויפיל אידן בתשובה דורך זיינע פעולות נשגבות אינעם עולם חסד יבנה, ער איז געווען א גאון אין 'אשרי משכיל אל דל', זייענדיג דער אדרעס און עושה והמעשה פאר יעדן נצרך און לב נשבר, נאכזאגנדיג די מורא'דיגע הגדרה פונעם זיידן רבי יענקעלע, אויף די דריי קינדער וואס יעדער איז זיך מצטיין אין איינע פון די ג' עמודי עולם, און רבי משה אהרן אינעם 'עמוד החסד', און ער ווייסט נישט וועלכע פון זיי איז גרעסער. ווי אויך האט ער פארציילט פונעם כח התורה וואס דער טאטע ז"ל האט פארקערפערט, ווען טראץ זייענדיג אזוי טרוד און באשעפטיגט מיט זיינע פארצווייגטע חסד אקטיוויטעטן, האט ער זיך קיינמאל נישט געלייגט פאר'ן ענדיגן זיינע שיעורים.
א סקרוך איז אריבער ביים ציבור הערנדיג קולו בקודש פונעם גרויסן שוואגער, כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וועלכער איז לכבודו פונעם גרויסן נפטר ארויס מגדרו, און האט מספיד געווען דעם גרויסן אבידה, זיך אויסדרוקנדיג מיט זעלטענע הפלגות אויף זיין מדת החסד, זאגנדיג אז ער איז געווען אן "עושה חסד לאלפים" און אז "דער זיידע און טאטע ז"ל האבן אים גאר שטארק מחשיב געווען, און אז ער קומט ארויף אויבן אין הימל מאכט עס א רעש, צו פועל'ן פאר אונז אלעס גוטס". צולעצט האט מען געהערט דברי פרידה פון הרה"ח ר' יעקב הערשטיק הי"ו מחשובי חסידי פשעווארסק, וועלכער האט זיך געזעגנט בשם הקהלה.
דערנאך האט מען אנגעהויבן ארויסבאגלייטן די מטה אויף די גאסן פון אנטווערפן, ווען גאר א גרויסער ציבור האט באגלייט די מטה עטליכע גאסן, און דערנאך איז די מטה געפירט געווארן צום בית החיים דקהל מחזיקי הדת אין פיטע האלאנד, וואו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א האט באגלייט ביז'ן פעלד און מיטגעהאלטן ביז נאכ'ן סתימת הגולל.
אויפ'ן פעלד האבן מספיד געווען הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן ובעל ויען דוד, חתנו הרה"צ רבי מענדל הורוויץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא, און בנו חביבו הגה"צ רבי איציקל רייך שליט"א אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג, וועלכער האט מיט ווארעמע דיבורים זיך געזעגענט פון זיין גרויסן טאטן ביי וועם ער איז געוועהן אזוי חביב.















Comments