top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת: פלוצימע פטירה פון קיילעכיגע יתומה אויפצאכטלונג קינד ביי האד' ממחנובקא בעלזא

זונטאג פ' וארא • י"ט טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

בצער רב איז ביי חסידי מאחנובקא בעלזא אויפגענומען געווארן איבער די פלוצימ'ע פטירה פון די אויפצאכטלונג-קינד ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, הבתולה בת קדושים הדס קירשנבוים ע"ה, וואס איז דעם שבת צופרי נפטר געווארן אין איר בליענדע עלטער, צום אומגעהויערן צער און טרויער פון די בני המשפחה און גוטע פריינט, ובפרט ביים פאטערליכן אויפציער דער רבי שליט"א ובנו הגדול הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח שליט"א.


די נפטרת ע"ה איז געווען א קיילעכיגע יתומה ל"ע, א טאכטער פון הרה"ח ר' מענדל קירשנבוים ע"ה, וועלכע איז אין אירע יונגע יארן נתייתם געווארן פון אירע ביידע עלטערן, און במשך השנים איז זי אריינגענומען געווארן דורך כ"ק אדמו"ר ממכנובקא בעלזא שליט"א, וועמענ'ס הויז איז אפן פאר יעדן נצרך און שבורי לב, וועלכע טרעפן דארט אן אפן הארץ און אוזן קשבת ביים רבי'ן שליט"א וועלכער איז מציר בצרתן של ישראל און געט זיך פערזענליך אפ בכל לבבו ונפשו צו באזארגן פאר די צעבראכענע נפשות מיט אלע זייערע געברויכן.


אזוי האט דער רבי שליט"א, אינאיינעם מיט די עזרו מקודש, הרבנית הצדיקת תליט"א, זיך אפגעגעבן מיט די נפטרת, און דארט ביי זיי אין שטוב געווארן אויפגעצויגן ווי אן אייגן קינד, און געווארן אויסגעהאלטן און געשפייזט מיט א פאטערליכע ליבשאפט, וואס די חסידים האבן געקענט מיטהאלטן יעדע וואך ביים טיש, ווי דער רבי שליט"א האט איר אינזין, און שיקט אפ שיריים פון אלע מאכלים ספעציעל פאר די יתומה.


אין די לעצטערע יארן איז שווער געווארן צו בלייבן וואוינען ביים רבי'ן אין שטוב זעלבסט, איז זי אריבער צו בנו הגדול הרה"צ רבי ישכר דוב שליט"א, וועלכער איז ממשיך והולך בדרך אביו פארוואנדלנדיג זיין שטוב אלס ביתו של אברהם אבינו, אנפירנדיג א הכנסת אורחים אפאראט וואו צענדליגער נצרכים זעטיגן זיך טאג-טעגליך.


דארט איז די נפטרת ווייטער געווארן אויפגעצויגן מיט איבערגעגעבענע געטריישאפט פאר איר וואוילזיין און אלע אירע געברויכן. ליידער איז דעם שבת געקומען די שווערע בשורה, כי ששבת וי אבדה נפש, און דעם שבת צופרי האט זי אויסגעהויכט איר נשמה ליוצרה.


די לוי' איז ארויס מוצש"ק פון שטוב פונעם רבינס זוהן הרה"צ ר' ישכר דוב, וועלכער האט צוערשט מספיד געווען, און דערנאך האט מען געהערט די מילי דהספדא פון כ"ק אדמו"ר מטעמעשוואר שליט"א. פון דארט איז די לוי' ארויס פונעם מאחנובקא ביהמ"ד אויף רחוב רש"י, וואו די נפטרת ע"ה האט געוואוינט במשך השנים ביים רבי'ן אין שטוב. דער רבי שליט"א האט זיך משתתף געווען בראש קהל חסידיו, און מ'האט געהערט די הארצרייסנדע דברי הספד און בקשת מחילה בשם דעם רבי'ן, דורכ'ן משב"ק הרה"ח ר' ישראל מיללער. דער רבי שליט"א האט געזאגט קדיש, און דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו די מטה און געבעטן מחילה, ווען עס איז נישט דא קיין טרוקן אויג. די מטה איז דאן באגלייט געווארן דורכ'ן גרויסן ציבור מלוים, ביז'ן בית החיים וואו זי איז געקומען למנוחה נכונה.








Comments


bottom of page