top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע מעמד הכנסת ספר תורה בחצר הקודש סקווירא באשטימט אויף קומענדיגן חודש שבט הבעל"ט

זונטאג נח • כ"ה תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

 

מיט גרויס שמחה און עקסטאז האבן חסידי סקווירא ערהאלטן די מודעה משמחת אז עס איז בשעה טובה ומוצלחת באשטימט געווארן דעם טאג ווען עס וועט געפייערט ווערן די זעלטענעם היסטארישן מעמד גדול ונהדר ״חגיגת הכנסת ספר תורה״ אויפן הייליגן ספר תורה וואס ווערט געשריבן אין די לעצטע יאהרן דורך כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אינאיינעם מיט עדת צאן מרעיתו טויזנטער חסידים זקנים עם נערים מכל מקומות מושבותיהם וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אין די מבצע פון 'קדשינו' זיך מקבל צו זיין הייליגע קבלות קעגן די פגעי הטעכנאלאגיע און עניני צניעות.


די איבעראשנדע מעלדונג איז פראקלאמירט געווארן דעם ליל שמחת תורה באשמורת הבוקר ביים עריכת השולחן הטהור נאך די געהויבענע הקפות במקהלות אלפי חסידי סקווירא אין קרית מלך רב, ווען דער משמש בקודש הרה"ח ר' דוד בערגער הי"ו האט בנוכחותו ובשם כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אויסגערופן בשער בת רבים די פריידיגע מודעה, צום ערשט האט ער ארויסגעברענגט די גרויס שמחה און קורת רוח וואס די רבי שליט"א האט געהאט פון די קבלות טובות וואס זענען אריינגעקומען אין לויף פונעם יאהר אין ראם פון די מבצע 'ממשיכים ומוסיפים' ווען די חסידים פון אלע שטיבלעך האבן זיך ווארעם אנגעשלאסן אלס שותפים בהנהו חבורתא אנצוהאלטן די קבלות טובות בעניני טעכנאלאגיע.


דערביי האט ער געמאלדן אז עס וועט בעזר השם פארקומען די שמחה לגומרה של תורה די קומעדיגן חודש שבט פרשת תרומה בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל, ומלכם בראשם דער רבי שליט''א וועלכע וועט מפאר זיין בראש החגיגה ביום שמחת לבו, אינעם נייעם היכל בית מדרש הגדול אין סקווירא שטעטל, ער האט צוגעצייכענט אז עס וועט זיין א פרעזענדליכע שמחה פארן רבי'ן יעדער איינער וואס וועט פרעזענדליך קומען זיך משתתף זיין ביים היסטארישן מעמד. דערנאף האט מען זיך ארויסגעלאזט אין דערהויבענע ריקודין אויף די ניגון 'נגיל ונשיש בזאת התורה' ווען די רבי האט מעודד געווען די ריקודין.


דער היסטארישער ספר תורה ווערט געשריבן אין ראם פונעם 'קדשינו' פארגראם ווי די רבי שליט"א האט מיט זיבן יאהר צוריק געלאזט שרייבן דעם ספר תורה וואס האט אנגעשלאסן אלס שותפים די טויזנטער חסידים, אברכים בעלי בתים, נשים צדקניות, בחורים, ילדי חמד און תלמידות פונעם בית חינוך לבנות וועלכע האבן זיך אויך אנגעשלאסן אלס שותפים אינעם רבינס ספר תורה מיטן זיך מקבל זיין קבלות טובות צו שטיין פעלזן פעסט כחומה בצורה קעגן די פגעי הטעכנעלאגיע און מאכן גדרים בעניני צניעות.


דער ספר תורה האט די רבי שליט''א אנגעהויבן שרייבן ביים היסטארישן מעמד התחלת כתיבת ספר תורה י"ט אלול תשע"ז, און זינט דאן האבן טויזנטער חסידים אנשים נשים וטף שוין געהאט די זכיה אנטייל נעמען בלגיונו של מלך אינעם היסטארישן ספר תורה. די מעמד הכנסת ספר תורה איז ארגינעל געוועהן געפלאנט פארצוקומען תיכף נאך יו"ט שבועות תש"פ און איז דעמאלט אפגעשטופט געווארן צוליב די קאראנע עפאכע. חסידי סקווירא גרייטן זיך שוין להיות עתידים להיום הזה אין קוקן ארויס צו דעם גרויסן טאג מיט שפאנונג און התרגשות.


Comments


bottom of page