top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן בני ציון היקרים ביי יערליכע דרשת שבת הגדול דורכן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא

  • לפני 42 דקות
  • זמן קריאה 4 דקות

מוצאי שבת פ' צו • י"א ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

קרעדיט: דוד ארזני

שווערע הונדערטער אידן מיקירי קרתא דשופריא ירושלים עיה"ק האבן זיך פארזאמלט דעם ליל שישי, ערב שבת הגדול צום יערליכן "שבת הגדול דרשה" דורכן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א, וועלכער האט כמנהגו די לעצטע יארן משמיע געווען די דרשה אין היכל ביהמ"ד הגדול בית יוסף צבי דושינסקיא אין ירושלים.


דער דושינסקיא בית המדרש דינט שוין פאר פילע יארן אלס דער אכסניא של תורה ווי די מנהיגי העדה החרדית טוהן אפהאלטן די יערליכע "שבת שובה" און "שבת הגדול דרשות", און דאס טוט ווייטער אנהאלטן ביתר שאת וביתר עוז.


נאך בעפאר די באשטימטע צייט איז דער גרויסער היכל בית המדרש הגדול איבערגעפילט געווארן מקצה אל הקצה, מיט הונדערטער אידן זקנים עם נערים וועלכע האבן געהאלטן אין איין שטראמען, טראץ די שווערע וועטער, מיטצוהאלטן די געהויבענע מאמענטן בשעה שהחכם יושב ודורש כמש"ה מפי הגבורה.


ביים ערשטן שורה האט זיך אנגעזעהן פילע רבנן ותלמידיהון אין שפיץ פון מנהיגי העדה ובראשם דער מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, די חברי בית דין צדק העדה החרדית, כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, הגה"צ רבי משה טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר ירושלים, הגה"צ רבי שמעון שמואל הלברשטאם אבד"ק דברי משה, האדמו"ר מזידיטשוב ספינקא, און נאך פילע רבני ומנהיגי הקהילות אין די עדה החרדית.

דער גאון שליט"א האט פותח געווען בכבוד האכסניא קהילת בית יוסף צבי דושינסקיא והעומד בראשה כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועלכע שטייט פעלזן פעלסט נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא פונעם דרך המסורה, און דערנאך אנגעהויבן די דרשה מיט דברים חוצבים בענינים העומדים על הפרק ארום די שווערע מצב המלחמה אין ארץ ישראל.

דערנאך האט ער ארויסגעברענגט דער חובת השעה נתעורר צו ווערן לתשובה און חלילה נישט קלערן אז ס'איז א מקרה, זאגנדיג אז דאס אליין קען צוברענגען אנדערע צרות רחמנא ליצלן, און אויסגעשריגן אז בעוונותינו הרבים איז דער מציאות אז די כופרים אין ארץ ישראל האלטן זיך גרויס מיט זייער מיליטער, און זאגן כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה עפרה לפומיה, און מען דארף וויסן אז דאס זעלבסט איז גורם נאך און נאך צרות ביז מען וועט איינזעהן אז מען קען נישט אליין ניצל ווערן, און נאר הקדוש ברוך הוא מצילנו מידם.

דער גאון האט ציטירט פונעם חזון איש וואס האט זיך אויסגעדרוקט בימיו: "איך האב נישט מורא פון די באמבעס איך האב מורא פון די חילולי שבת" און צוגעגעבן אז אויך היינט האבן אונז נישט מורא פון די באמבעס פון איראן, נאר פון די ראשי השלטון אין ארץ ישראל וואס זענען ליידער מטמא כלל ישראל מיטן נעמען בחורים צו זייער טריפה'נעם מיליטער.

מען דארף קלארשטעלן אז אונזערע ישועה האט נישט קיין שום שייכות צו זייער מיליטער, נאר בלויז צו אונזער תורה ותפילה, ווי מען זעט במציאות די גודל חסדי השם און געוויסע זאכן וואס די מיליטער האט לכולי עלמא נישט קיין שום שליטה, און אלעס איז בלויז די חסדים פונעם אויבערשטן בזכות די כח התורה פון אידישע קינדער. ליידער ווילן זיי דאס נישט איינזעהן, און טאקע אין די טעג פון די מלחמה טוהן זיי אפשפארן חדרים און ישיבות, און האלטן אפ תינוקות של בית רבן פון לערנען תורה, וואס אויף זייער תורה שטייט די וועלט.

דער גאון האט ווייטער מרחיב געווען איבער די שוידערליכע גזירת הגיוס, ווי מ'טוט ליידער איינשפארן בחורי ישראל אין תפיסה און מען איז משפיל די תורה הק' עד עפר, מ'דארף שטיין פעלזן פעסט קעגן דעם מיט מסירות נפש, און אויך דערמאנט די איסור גמור פון ארויפגיין אויפן הר הבית וואס חוץ די עצם האיסור איז דאס התגרות באומות, ומי ביקש זאת מידכם רמס חצרי.


דערנאך האט דער גאון שליט"א אנגעהויבן בדברי פלפול ואגדה בפסקי הלכה למעשה בענין "חצי שיעור בבל יראה", בדבר ה' זו הלכה מיט א געוואלדיגע חדוותא דשמעתתא, ראה פניו מאירים כנתינתן מסיני.

נאכדעם האט דער גאון שליט"א ווייטער מעורר געווען פארשידענע ענינים העומדים על הפרק, צום ערשט האט דער גאון דערמאנט לשבח פון די "השגחה המעולה העדה החרדית" וואס שמו הטוב הולך בכל העולם מיט די העכסטע סטאנדארט אין כשרות, און מעודד געווען דעם ציבור נאר צו קויפן פראדוקטן אונטער די שטרענגע השגחה פון "עדה החרדית".

דא האט דער גאון שליט"א שטארק מתריע געווען איבער דער אבי אבות הטומאה פון נגע הטעכנאלאגיע, ווי שטארק מען דארף זיין אפגעשיידט דערפון במסירות נפש, און אזוי אויך מעורר געווען בענין חינוך הבנים והבנות, און ארויסגעברענגט דער חיוב צו שיקן נאר אין אזעלכע מוסדות התורה וועלכע פירן זיך גענצליך על טהרת הקודש אפגעשיידט פון די ציוני'סטישע רעגירונג מהם ומהמונם, און ווי מזעט בחוש אז די ציונים ווילן זיך אריינמישן אין די ריינע ערליכע חינוך, דורכן איינפירן לימודי חול און די היימישע בתי חינוך און אויך יעצט ביי די מלחמה האבן זיי פארשפארט די מוסדות החינוך, און כמה גדולים עיני חכמים מייסדי העדה החרדית וועלכע האבן שוין פאראויס געזאגט די שרעקליכע סכנה בימיהם, און האבן זיך גענצליך מתנזר געווען פון זיי און נישט נהנה געווען פון זייערע געלטער.

דער גאון האט מסיים געווען אז משיח צדקינו שטייט שוין ביים שוועל און רופט "פתחי לי אחותי רעיתי", ווארטנדיג אז אונז זאלן זיך מחזק זיין בתורה ויראת שמים, און בקרוב וועלן אונז זוכה זיין צו די גאולה שלימה.

דאס יאר איז צום ערשטן מאל אפגעהאלטן געווארן נאכן דרשה די מעמד 'חלוקת תמכין דאורייתא', וואו עס איז פארטיילט געווארן לקראת חג הפסח א תמיכה נכבדה פון 100 טויזנט דאללער פאר ארום הונדערט חשובע רבנים און דיינים פון די עדה החרדית וועלכע באדינען דעם ציבור געטריי יומם ולילה, די חלוקה איז פארגעקומען דורכ'ן פוסק הדור שליט"א במעמד די חברי בית דין צדק העדה החרדית, און כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א וואס האט אנטייל גענומען ביים דרשה.

דערנאך האט מען מיט גרויס כבוד והערצה ארויסבאגלייט דעם גרויסן גאון ופוסק אויפ'ן וועג לביתו נאוה קודש, ווען די חברי הביד"צ און אדמורי"ם ורבנים זענען אריבער לברך ולהתברך בברכת א פרייליכן כשר'ן פסח.



תגובות


bottom of page