top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טעגליכע נייעס באריכט • זינטאג ראה תש"פ



שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א מיט הכלה בת כ"ק אדמו"ר מסקווירא פלעטבוש שליט"א, די שמחה קומט פאר ספעציעל פאר די וואלנטירן פון ערשטע הילף אין שיכון סקוירא אין היכל רינה תפילה אין שיכון סקווירא.


ויזניץ מאנסי - קאלוב: היינט נאכט קומט פאר די שמחת הבר מצוה פון בן הרה"צ ר' נפתלי מרדכי טויב שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש חתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון וויזניץ אין מאנסי


וויזניץ קיימישע - ראחמסטריווקא - ביקסאד - לויעוו טשערנאביל: היינט נאכט קומט פאר די חתן מאהל פון החתן בן הרה"ג ר' פנחס אהרן פיש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א חתן הרה"ק מוויזניץ זי"ע, וחתן כ"ק אדמו"ר מלויעוו טשערנאביל שליט"א מיט הכלה בת הרה"צ ר' יהושע פיש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון קיימישע חתן כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד וויזניץ אין קיימישע.


וויזניץ י"ם - ביאלה פשיסחא - חורודוב שיקאגו: היינט נאכט קומט פאר די שבע ברכות פון החתן בן הגה"צ אב"ד חורודוב שיקאגו שליט"א חתן הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אב"ד ראשית חכמה, מיט הכלה בת הרה"ג ר' יעקב דוד ראבינאוויטש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מביאלה פשיסחא שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון ירושלים, די שמחה קומט פאר אין זאל פון שיקס מענער אין בארא פארק דורך די זיידע כ"ק אדמו"ר מביאלה פשיסחא,


שבע ברכות במאקאווא


מכנובקא בעלזא:  שמחה החתונה פון החתן בן הרה"צ ר' אהרן רוקח שליט"א בן כ"ק אדמו"ר ממכנובקא בעלזא שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד ראצפערט בראזיל שליט"א מיט הכלה בת הגה"צ ר' יצחק דוד האלבערשטאם שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מגארליץ זצ"ל, וחתן הגה"צ ר' מנחם נחום טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול מאכנובקא בעלזא אין בני ברק.


חות דעת - פאלטישאן - שאפראן - נעפלעמיץ: שמחת התנאים פון החתן בן הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א בן הגה"צ ר' אשר אנשיל מייזליש אב"ד חות דעת אין סיגעיט, חתן הגה"צ אב"ד נעפלעמיץ שליט"א מיט הכלה בת הגה"צ אב"ד שאפראן שליט"א חתן הגה"צ ר' מרדכי שטיין שליט"א אב"ד פאלטיטשאן, די שמחה קומט פאר אין מחנה שאפראן.


שמחת בית סקולען - דזיקוב וויזניץ - וויעליפאלי: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי הגה"צ ר' ישראל אליעזר אדלער שליט"א אבד"ק מנחה חדשה דזיקוב ויזניץ אין בארא פארק, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויעליפאלי שליט"א, מיט די כלה א טאכטער ביי כ"ק הגה"צ ר' מאיר פארטוגאל שליט"א אבד"ק סקולען וויליאמסבורג.


שמחת בית באראוו - אשוואר: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי הגה"צ ר' יעקב יוסף מאסקאוויטש שליט"א אבד"ק באראוו מאנסי, זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ מעליץ זצ"ל, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מראדוויל זצ"ל, אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק מספינקא זי"ע, מיט די כלה א טאכטער ביי הגה"צ ר' חיים אלטר פעקעטע שליט"א אדמו"ר מאשוואר אין מאנסי

 

היינט קומט פאר א מסיבה לטובת קופת אבני חסד אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל.


היינט קומט פאר אין ארץ ישראל די עצרת מספד והתעוררות ככלות השלושים צו די פטירה פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זצ"ל פון בארא פארק, עס קומט פאר אין היכל הכוללים בהעלות אהרן אין ביהמ"ד קהל אנשי ירושלים, אין ירושלים עיה"ק, אין שפיץ פון כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א.


הכנסת ספר תורה אלכסנדר פארקסוויל שמואל צבי

 

לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט געבעטן צו מתפלל זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר מששאת מאנטריאל שליט"א וועלכע געפונט זיך אין שפיטאל איןא שווערע מצב, די ציבור איז מתפלל לרפואת: מרן משה מאיר בן מרים חיה לרפו"ש, והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.


 

היינט געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק ר' שמעון שלום מאמשינוב זי"ע, פילע אידן גייען ארויף צום ציון הק' אין טבריה, אין אלע אמשינובע צענטערן וועט געפראוועט ווערן יארצייט סעודות לזכרו הטהור.




 

ניחום אבלים: כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א זיצט שבעה צו די פטירה פון זיין ברודער הרב אליעזר דוד לעבאוויטש ע"ה, היינט זונטאג וועט דער רבי שליט"א זיצן ביי זיך אין שטוב אין מאנסי, און די קומענדיגע טעג אין שטוב פונעם נפטר אין וויליאמסבורג


تعليقات


bottom of page