אהרן כהנא קדישא: 25'סטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין זצ"ל אפגעצייכנט בחצה"ק פינסק קארלין
- לפני 4 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' אחרי קדושים • ב' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

קרעדיט: א.פ.ק.
מיט בענקענדיגע געפילן האבן חסידי פינסק קארלין אפגעראכטן דעם געהויבענעם טאג כ״ח ניסן, דעם יומא דהילולא קדישא פונעם אומפארגעסלעכן רועה נאמן, אהרן כהנא קדישא, כ״ק אדמו״ר מפינסק קארלין זצ״ל בעל אורחות אהרן, במחיצת הקודש פון בנו ממלא מקומו כ״ק אדמו״ר מפינסק קארלין שליט״א.
אין די נאכמיטאג-שעות פון נעכטן מיטוואך האבן זיך פילע חסידים ארויסגעלאזט צום חלקת מחוקק ספון אויפן הר המנוחות צום מעמד עליה לציון הק׳, אין שפיץ פונעם רבי׳ן שליט״א, וואס איז געשטאנען ביים אריינגאנג צום חלקה, סמוך ונראה צום ציון הק׳, זייענדיג א כהן. מען האט געזאגט די מזמורי תהילים, דער רבי האט געזאגט קדיש און מפריש געווען צדקה לעילוי נשמתו הטהורה. דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך, און א ספעציעלע קוויטל פון די חסידים, וועלכע האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות צו קומען שבת צייטליך צום דאווענען.
אינצווישן איז פארגעקומען א ספעציעלע התכנסות רבתי פאר די הונדערטער בחורי החסידות, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א פאנעל במשנתו הטהורה מיט די זקני וחשובי העדה, אנגעפירט דורכ׳ן רבי׳נס זון הרה״צ רבי ברוך ראזנפעלד שליט״א. בשעת׳ן פאנעל איז דער רבי שליט״א אריינגעקומען און מיטגעהאלטן א משך זמן.
לעת ערב איז דער רבי שליט״א ערשינען צום עריכת השולחן הטהור און סעודת ההילולא ברוב עם הדרת מלך אין ביהמ״ד הגדול. דער טיש איז געווען משולב מיט א סעודת לגומרה של תורה — דעם סיום מסכת מגילה און התחלת מסכת יומא אין ראם פון "עמוד היומי" דחסידי פינסק קארלין. דער רבי האט געמאכט דעם סיום מסכתא און געזאגט קדיש דרבנן, און עטליכע מאל משמיע געווען דברות קודש במשנתו של אבא, נאכזאגנדיג מאמרותיו הטהורות, און ארויסגעברענגט די שטארקע יסודות וואס דער רבי זצ״ל האט מנחיל געווען באורחות החיים ובדרכי עבודת השם.
צום שלוס האט דער רבי שליט״א אנגעווינטשן א לענגערע ברכת הקודש פאר ישועות ורפואות און אלע הצטרכויות אין וואס אידן נויטיגן זיך בכלל ובפרט, בזכותו של בעל ההילולא.
אלס אורח הכבוד האט אויפגעטרעטן המשפיע המפורסם הרה״צ רבי אלימלך בידערמאן שליט״א, וועלכער האט מעורר געווען דעם עולם מיט פייערדיגע דברי חיזוק איבער לימוד התורה ובמשנתו הטהורה פונעם צדיק, וועמען דער משפיע געדענקט נאך פון די יארן וואס דער פינסק־קארלינער רבי זצ״ל האט זיך מסתופף געווען בצל זקינו הרה״ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי״ע. אזוי אויך האט מען געהערט דברים חוצבים פונעם משפיע הגה״צ רבי יודל דייטש שליט״א. ביים טיש האט זיך אויך אנגעזען חתנא דבי נשיאה פונעם רבי׳ן שליט״א, כ״ק אדמו״ר מטרעבישאן שליט״א.
שפעטער האט דער רבי מכבד געווען אויפצוטרעטן מיט דברי זכרון אחיו הרה״צ רבי אשר הכהן ראזנפעלד שליט״א, און כ״ק אדמו״ר מלייפניק שליט״א, בנו חורגו פונעם בעל ההילולא, וועלכער האט דערציילט א שלל פון זכרונות הוד און סיפורים וואס ער האט צוגעזען במחיצתו פונעם רבי׳ן זצ״ל. דערנאך האט דער רבי שליט״א געבענטשט ברכת המזון על הכוס.
































































תגובות