top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טעגליכע נייעס באריכט • זונטאג אמור תש"פ

  • תמונת הסופר/ת: נייעס’לעך
    נייעס’לעך
  • 3 במאי 2020
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 1 בפבר׳ 2023


ree
ree
ree

היינט קומט פאר אן עצרת התעוררות אויפן טעלעפאן אין קהילת תולדות אברהם יצחק אין בארא פארק לפטירת הרה"ח ר' מאיר עקשטיין ע"ה, און כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועט אויפטרעטן. ***

כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועט היינט אויפטרעטן פאר קהל חסידיו לטובת מוסדותיו אויף א לייוו קאנפרענטס

ree

היינט געפאלט די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי אייזיקל מקאמארנא זי"ע, כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א וועט אפרעכטן א סעודת הילולא אויף א פריוואטע פארנעם.

*** היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל טל חיים מליסקא זי"ע - נכדו כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א וועט אפרעכטן דעם יארצייט סעודה אויף א פריוואטע פארנעם.

*** היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל ברכת משה מסערט ויזניץ זי"ע, בנו כ"ק אדמו"ר משאץ ויזניץ שליט"א וועט ארויף גיין צום ציון הק' אין בני ברק און דערנאך אפרעכטן א סעודת הילולא אויף א פריוואטע פארנעם. ***

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי דוד מטאלנא זי"ע בעל מגן דוד - איינצעלנע אידן געפונען זיך ביים ציון הק' אין שטאט טאלנא. נכדיו כ"ק אדמורי"ם מטאלנא שליט"א וועלן אפרעכטן סעודת הילולת אויף א פריוואטע פארנעם. *** היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק ר' יצחק מראדוויל זי"ע בעל אור יצחק כ"ק אדמו"ר מראדוויל שליט"א וועט אפרעכטן א סעודת הילולא אויף א פריוואטע פארנעם.

תגובות


bottom of page