זונטאג פ' בלק • ח' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: ארי פריינד
קיין ווערטער זענען נישט דא ארויסצוברענגען די ריכטיגע געפילן וואס ברויזן ביי חסידי ומעריצי בית קאסוב נאכן מיטהאלטן אזא דערהויבענעם שבת קודש מעין עולם הבא שטייענדיג נאך אין די ימי השלושים נאך די הסתלקות פונעם רעיא מהימנא כ''ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל, בצל הקודש פון ברא כרעיה דאבוה ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, וואס האט איבערגענימען די הנהגה ביד רמה אריינבלאזנדיג אין די חסידים טללי תחיה אין די יעצטיגע שווערע זמנים, אין א בחינה פון נפשם מצאה מנוח זעהנדיג ווי די הערליכע המשכה ציהט זיך ווייטער.
מיט טיפע געפילן פון התרגשות האבן די חסידים אריינגעטראטן אין דעם געהויבענעם שבתא דריגלא מיטלעבענדיג די ערשטע שבת וואס די נייע רבי שליט"א האט געפראוועט במקהלות עם רב נאכן איבערנעמען די שרביט ההנהגה למלאות מקום אביו הגדול. אויף שבת זענען געקומען צופארן פילע געסט פון אלע שטעט איבער גרעיטער ניו יארק וועלכע האבן זיך צוזאמגענימען לפונדק אחד מיטצוהאלטן דעם שבת קודש בצל כנפיך יחסיון. במשך דעם שבת האט זי דערקענט דעם אייגנארטיגן פשטות און ענוות חן, ווען די ברודער'ס פונעם רבי'ן שליט"א, אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מהרי"ש מקאסוב שליט"א, און די יונגערע ברודער און שוואגערס זענען געזעצן צו זיין זייט במשך אלע תפילות און טישן און מיטגעהאלטן כעבדא קמיה מריה, מיט א ברודערליכע אחדות און שיינקייט ווען דער רבי שליט"א האט זיכער געמאכט מכבד צו זיין אלע ברידער מיט די פאסיגע כיבודים, הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד.
ביים זמן כניסת השבת ווען די רבי שליט"א איז ערשינען צו מנחה, איז שוין דער היכל הבית מדרש געווען מלא וגדוש עד אפס מקום, די רבי שליט"א איז צוגעגאנגען צום מזרח וואנט פון בית מדרש און זיך געשטעלט על מקום קדשו פונעם פאטער די רבי זכר צדיק לברכה ביים ארון קודש. קבלת שבת האט פארגעדאווענט כ"ק אדמו"ר מהרי"ש מקאסוב שליט"א. נאכן דאווענען איז די גאנצע ציבור איז דורך זאגן גוט שבת ביים רבי'ן שליט"א און די ברודער. וואו עס איז איינגעפירט אין קאסוב האט די רבי שליט"א אפגעראכטן די סעודת שבת קודש אין שטוב, און איז אריינגעקומען צום טיש פארן בענטשן, א שטילקייט האט געהערשט בשעת די רבי שליט"א איז אריינגעקומען אין בית המדרש וועלכע איז געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה און זיך געזעצט על מקומו אין צענטער פונעם אויבן אהן, צו דער זייט פון די ברודער און שוואגער'ס הרבנים שליט"א. די משמשים בקוש וועלכע האבן געהאט די זכיה משמש צו זיין ביים רבי'ן זצ''ל האבן ממשיך געווען לעמוד ולשרת בקודש ביי בנו ממלא מקומו די רבי שליט"א דורכאויס גאנץ שבת.
די טיש האט זיך אנגעהויבן מיטן זמר מנוחה ושמחה און נאך ניגוני שבת, צווישן די ניגונים האט די רבי שליט"א מעלה געווען זכרו הטהור פון אביו הגדול און געזאגט אז אלעס ווערט נמשך על דעתו וכוונתו, און מען זאל בשעת די טישן - זיך פארשטעלן דמות דיוקנו פונעם רבי'ן זצ"ל בשעתן זינגען די זמירות שבת און ניגוני קודש. א חרדת קודש האט זיך געשפירט אין די לופטן ווען מען האט אנגעהויבן די ניגון 'אך לאלוקים דומי נפשי' וואס מען זינגט אין קאסוב פארן תורה, די ניגון איז געזינגען געווארן מיט גרויס התעוררות, והיה כנגן המנגן ותהי עליו רוח ה', ווען די רבי האט דערנאך משמיע געווען דברות קודש כמים קרים על נפש עיפה זיך שטעלנדיג אויף די וואכעדיגע סדרה, במשנתו הטהורה פון אביו הגדול, באגלייט מיט דברי אמונה ובטחון, אריינבאלזנדיג טללי תחיה והתחזקות אין אלע חסידים.
די רבי האט געבענטשט על הכוס און נאכן בענטשן האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה, זייענדיג מחדש די מנהג מקדמת דנא פון די ריקודין לכבוד שבת, נאך גאנצע צוויי יאהר וואס מען איז נישט געטאנצן נאכן טיש צוליב די מצב הבריאות ביים רבי'ן זצ"ל. נאך די ריקודין איז ערשינען כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ ירושלים שליט"א וועם די רבי האט מכבד געווען צו זאגן תורה, און פארזינגען די זמר ישמחו במלכותך כנהוג אין וויז'ניץ, דערנאך האט מען אריינגעברענגט פירות און די רבי האט ווידער געזאגט תורה, די טיש האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו דריי שעה, ביז אום דריי אזייגער ביינאכט ווען מען האט אהיים באגלייט דעם רבי'ן לביתו נאווה קודש.
שבת אינדערפרי האט די רבי יורד געווען לפני התיבה צו שחרית, ביי קריאת התורה האבן עולה געוועהן אלע קינדער און איידימער פונעם רבי'ן זצ"ל. שבת נאכמיטאג נאך מנחה האט זיך די רבי געוואשן צו שלש סעודות, ווי די רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות די ברודער'ס און שוואגער'ס האדמורי"ם והרבנים שליט"א, און משמיע געווען דברות קודש, כ"ק אדמו"ר מהרי"ש מקאסוב שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס. ביי שלש סעודות האט זיך אנגעזעהן צווישן די רבנים אויפן אויבן אן דעם רבינ'ס פעטער הגה"צ אב"ד מינסק בארא פארק שליט"א, נאך מעריב איז די רבי ארויס צו קידוש לבנה ברחובה של עיר, און נאך קידוש לבנה זענען די חסידים דורך ביים רבי'ן שליט"א וואונטשן א גוטע וואך, און זיך געזעגענען איידער די רבי לאזט זיך ארויס קיין ארץ ישראל.
במשך די גאנצע שבת איז געוועהן אן ערהאבן בילד צו זעהן די 'חסידים מספרים', עלטערע חסידים ארומגענימען מיטן יונגע דור ביים איבערגעבן זכרונות והנהגות איינצוקריצן און מקיים זיין דעם הדבק במידותיו, צווישן די פילע אורחים האט זיך אנגעזעהן די בארימטער שריפטשטעלער הרה"ח ר' יוסף מאיר האס הי"ו פון ארץ ישראל וועלכע איז געקומען צו פארן הערן און אראפשרייבן די זכרונות און עובדות פון די חסידים, למען יעמדו ימים רבים.
1 Comment