מוצ"ש פ' מטות מסעי - כ"ו תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
חסידי אלכסנדר און אמשינוב האבן זיך דעם דאנערשטאג מיטגעפרייט ביים שמחת התנאים לרגל די קשרי החיתון פון א חתן זון פון כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון אמעריקא מיט די כלה אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א א טאכטער ביי בנו הרה"צ ר' יהודה משה דנציגער איידעם ביי הגה"צ רבי עמרם געשטעטנער גאב"ד קרית אגודת ישראל, עס איז פארגעקומען אינעם גרויסן אלכסנדר שטיבל אין בראכפעלד.
די אדמורי"ם שליט"א האבן זיך געוואשן צום סעודה, מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ ר' עמרם געשטעטנער גאב"ד קרית אגודת ישראל, און נאכן ברעכן טעלער איז מען ארויס אין א רקידה של שמחה, די געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש לכבוד די שמחה, און בתוך דבריו מרחיב געווען במשנתו פונעם זיידן פון חתן הגה"ק רבי יהושע'לע קוטנער זי''ע מגדולי פוסקי דורו אין פולין אין פון די חשובע ווארקא צו וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן בו ביום.
ביים שמחה האט אויך אויפגעטראטן הגאון ר' צבי כץ ראש ישיבת חזון נחום און טל תורה, מיטן בענטשן האט די אלכסנדר רבי מכבד געווען דעם חתן, במשך די שמחה האבן זיך אנגעזעהן די פעטער'ס כ"ק האדמורי"ם מלויצק, אונגוואר, זוטשקא, זוטשקא אמסנא, זוטשקא ירושלים, און אמשינוב בית שמש.
Opmerkingen