top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רענאווציע אין איבערפרישונג ארבעט בית החיים 'שומרי שבת' אין בני ברק

דאנערשטאג פ' בהעלתך - י"ט סיון תשפ"ג | קול בחצרות


מיט פרייד איז אויפגענומען די נייעס ביי תושבי עיר התורה והחסידות בני ברק אז דער מדינת ישראל רעגירונג האט ענדליך זיך געבראכן, און אוועקגעשטעלט א וועד וואס וועט זיך אפגעבן מיטן בית החיים שומרי שבת אין בני ברק.


דער בית החיים – ווי עס איז חלקת מחוקק ספון פון די צדיקי בית וויז'ניץ אזוי אויך דער הייליגער חזון איש דער בעל 'שבט הלוי' און דער שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצ"ל, איז געווען זייער נאכגעלאזט, און כאטש עס איז געווען געלט פאר דעם צוועק, פונעם ריזן פארמעגן וואס דער פילאנטראפ הנגיד ר' יעקב היילפרין ע"ה האט מקדיש געווען פאר וואוילטעטיגע צוועקן צווישן אנדערע דער אויפהאלטונג פונעם בית החיים, איז עס אבער געלעגן אין די הענט פון די רעגירונג, און זיי האבן גארנישט געטון דערצו. אצינד האבן זיי געשטעלט א ספעציעלער וועד וואס זאל זיך אפגעבן איבערצופרישן דעם בית החיים ולהחזיר כבודה כבתחילה, מיטן האפענונג אז בקרוב וועלן זיך זאכן אנהייבן ריקן צוריקברענגענדיג א מנוחה נכונה ונייחא לנשמתם פון די קדושים בארץ החיים.

Comments


bottom of page