top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויענו יחדיו נעשה ונשמע

אין די צייט וואס די דאס יהדות החרדית אלטוועלטליך שטורעמט ארום די נייע 'חתונה סטאנדארט' וועלכע איז פראקלאמירט געווארן ביים 'יחדיו ירננו' טעלע-קאנפארענס, איז געמאלדן געווארן פון קהלת סאטמאר-מהר"א הלכה ולמעשה איבער צוויי נייע חתונה-זאלן וועלכע וועלן געבויעט ווערן אין שטאט וויליאמסבורג און וועלן פארדינגען ווערן פאר שפאט-ביליגע פרייזן. די צוויי נייע זאלן וועלן זיין סטינאנצירט אין 'בנין התלמוד תורה' אויף בעדפארד עוועניו וואו עס האבן זיך שוין פאקטיש אנגעהויבן די מאסיווע בוי-ארבעט. די צווייטע זאל וועט זיך געפונען אין 'בנין בית רחל' אויף 'טעפל פלעיס' און די בוי-ארבעט וועט זיך אנהויבן אין די נאנטע צוקונמפט. די צוויי נייע פרעכטיגע חתונה-זאלן וועלן געבויעט ווערן בנדבת לבו פון הרבני הנגיד והנכבד הרב יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו יו"ר הנהלת מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג. אשרי לו!


אין די זעלבע צייט איז געמאלדן געווארן פון קהלת סאטמאר-מהרז"ל, איבער די עפענונג פון 'קופת בעידן חדוותא' וועלכע וועט פארבארגען צוואנציג טויזענט דאללער, מיט פעימענטס אויסעשפרייט אויף 'פיהר יאר'. אזוי אויך וועט די 'קופת הקהלה' שענקען צוויי טויזענט דאללער פאר מחותנים לכבוד די חתונה. ווי פארשטענדליך ווערן די געלטער פארטיילט בלויז אויב קומט מען נאך די פארלאנגטע חתונה-תקנות. כה לחי!



Comments


bottom of page