געהויבענער שבת התאחדות בחצה"ק מודזיץ אין שפיץ פון האד' ממודזיץ פארגעקומען אין מצפה יריחו
- 23 ביוני
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
הונדערטער מודזיצער חסידים האבן דעם שבת פ' קרח העעל"ט געפראוועט א געהויבענעם שבת התאחדות והתעלות אין מצפה יריחו, לרגל די צוואנציגסטע הילולא קדישא פנעם אומפארגעסליכן רועה נאמן כ"ק אדמו"ר ממודזיץ זצ"ל בעל נחלת דן, בצל הקודש פון בנו הגדול ממלא מקומו כ''ק האדמו''ר ממודזיץ שליט''א. דער שבת מיטן נאמען "להנחילם" איז פארגעקומען אין די נתיבות יוסף קאמפלעקס, וואס האט אקאמאדירט דעם גאנצן ציבור זקנים עם נערים.
באזונדערע געביידעס זענען צוגעשטעלט געווארן פאר די זקני ונכבדי העדה, פאר אברכים, בחורים און קינדער, ווי אויך ספעציעלע אכסניות פאר די תומכים נכבדים חברי המייסדים פונעם בנין המרכז העולמי דחסידי מודזיץ.
ערב שבת נאך "טועמיה" וואס איז סערווירט געווארן בהרחבה, איז אפגעהאלטן געווארן א ספעציעלע פאנעל במשנתו הטהורה פונעם רבי'ן בעל "נחלת דן" זי"ע, וואו א צאל נאנטע מקורבים און משמשים בקודש האבן געענפערט אויף פארשידענע שאלות און מיטגעטיילט ערשטהאנטיגע זכרונות, למען ידעו דור אחרון.
נאך קבלת שבת האט הרה"ג רבי דוד צבי שלעזינגער שליט"א, ראש ישיבת "מנחת יצחק" אין בני ברק, גערעדט בנוכחתו פון רב'ן איבער אחדות און התקשרות לצדיקים, און האט געוואונטשן דעם רבי'ן מיט אריכות ימים ושנים טובות מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.
נאך מעריב זענען די חסידים אריבער זיך צו וואונטשן "גוט שבת" פאר א לאנגע צייט, און דער רבי איז אריבער צו זיין אכסניא.
די סעודות שבת איז אפגעהאלטן געווארן באזונדער פאר אינגעלייט, בחורים און קינדער, און ביי יעדע פון די סעודות האט מען געהערט דברי תורה והדרכה במשנתו של רבי.
עס האט נאכגעפאלגט מיטן שולחן הטהור ביי וועלכן מען האט מאריך געווען בזמירות שירות ותשבחות, און פארשידענע ניגונים און מארשן פונעם אוצר הטוב לבית מודזיץ.
א מחזה הוד איז געווען שבת פארטאגס, אנגעהויבן פון 5:30 אינדערפרי ווען פילע בחורים זענען שוין געזעסן ביי די גמרות, און ביז 7:00 איז דער בית המדרש געווען פול מיט אינגעלייט און בעלי בתים, וועלכע האבן זיך געזעצט לערנען לויט די תקנת הקודש אין חצר הקודש מודזיץ.
דעם רבינס קינדער האבן געדאוונט די תפילות פארן עמוד, און נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א קידושא רבה לכבוד עטליכע שמחות ביי די חסידים און מען האט ווייטער געזונגען אסאך ניגונים, א לענגערע וויילע.
ביי די סעודות שבת אינדערפרי זענען די בחורים צוטיילט געווארן אין גרופעס. די בחורי ישיבה גדולה האבן געהערט דברי חיזוק פון די משפיעי ורמ"י הישיבה, וועלכע האבן אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת די השקפה און דרך החיים פונעם רבי'ן דער בעל "נחלת דן" זי"ע. די ישיבה קטנה בחורים האבן געגעסן צוזאמען מיט זייערע מגידי שיעור און רבני הישיבה.
ביי שלש סעודות – רעווא דרעווין – האט דער רבי שליט"א געזאגט תורה איבער די וויכטיגקייט פון אחדות און אהבת חברים.
נאך מעריב און הבדלה האבן זיך אנגעהויבן פרייליכע ריקודים בתופים ובמחולות. צווישן די באטייליגטע איז געווען דער חשוב'ער נגיד הרב צבי רייזמאן שליט"א פון לאס אנדזשעלעס. דער רבי שליט''א האט דערביי משמיע געווען דברי פרידה און ארויסגעברענגט אז יעדער זאל מיטנעמען פון דער געהויבענער שבת מלוא חופניים חיזוק און התעלות. באזונדער האט דער רבי באגריסט הרב צבי רייזמאן שליט"א און אויסגעדרוקט די הכרת הטוב פאר זיינע פילע פעולות במשך די יארן פאר בית מודזיץ.
דערנאך האט הרב רייזמאן שליט"א גערעדט און דערמאנט די שטארקע פאזיטיווע אנטוויקלונגען פון חצה"ק מודזיץ אונטער דער הנהגה פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א.
שפעטער איז דער גאנצער ציבור אדורך זיך צו געזעגענען און וואונטשן "א גוט וואך". נאך כמעט א שעה איז דער רבי צוריקגעפארן קיין בני ברק, איבערלאזנדיג ביי אלע משתתפים א טיפן רושם נאך דעם שבת מרומם.













































תגובות