top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תקנות גדולות שנו כאן

פארלאפענעם מאנטאג עקב איז אפגעהאלטן געווארן א וויכטיגע 'אסיפת הרבנים' בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהרז"ל) שליט"א אין סוואן-לעיק וואו עס איז אדורכגעטון געווארן די ברענעדיגע נושא ארום דעם ביטערן 'גזירת החינוך' אין ניו יורק ווען געוויסע אזוי גערופענע עסקנים פרובירן איינצוגיין אויף פשרות אין נאמען פונעם יהדות החרדית אין די צייט וואס זיי טון נישט אנפרעגן די דעת תורה פון אלע מנהגיגי הקהלות וועמען זיי שטעלן זיך אהער אז זייערע פארטערטער. ביים ענדע פון די אסיפה האט מען אויך ארומגערעדט א קורצע וויילע איבער די פרישע 'חתונה סטאנדארט' וועלכע איז פראקלאמירט געווארן דורך צענדליגע קהלות קדושות בישראל אין א פראוו איינצושפארן די אומגעהויערע חתונה-קאסטן. דערביי האבן די דייני הקהלה אונטערגעשריבן א פאראייניגטע 'קול קורא' ווי זיי רופן צו יעדע 'חבר הקהלה' בלי שום יוצא מן הכלל – און אויך די וועלכע דער אויבערשטער האט זיי באשאנקען מיט פרנסה בריוח – זאלן איינהאלטן די פרישע 'חתונה סטאנדארט' און נישט אויסגעבן דאס געלט אויף 'מותרות' און 'הבל וריק'.



Коментари


bottom of page