top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קהילה קדושה ליזענסק וועט זיך בקרוב אריבערציען צו א הערליך נייעם ביהמ''ד אין הארץ פון מאנסי

זונטאג פ' ואתחנן - ה' אב תשפ"ג | קול בחצרות


תושבי מאנסי בכלל און חסידי ליזענסק בפרט האבן אויפגענימען מיט גרויס שמחה דער בשורה טובה אז מען גרייט זיך שוין בקרוב אריבערצוציען צו א שפאגל נייעם ביהמ''ד אויף מעין סט. אין הארץ פון שטאט מאנסי, א הערליכער לופטיגער מקום תורה ותפילה ווי מען וועט דאווענען אין לערנען בהרחבת הדעת.


דער מקח איז געשלאסן געווארן פאריאהר א קורצע צייט נאך וואס די ליזענסק'ער רבי האט איבערגענימען די כתר האדמור''ות אין הנהגת הישיבה נאך די פטירה פון זיין שווער כ"ק האדמו"ר בעל נועם יוסף מליזענסק זצ"ל. פארגאנגענע וואך איז די רבי אנגעקומען אויף א באזוך אויפן נייעם שטח און זיך אומגעקוקט אויף די ארבעט אינאיינעם מיטן הנגיד הנכבד מר. מייקל פריעס פון די גרויסע תומכים אין די ליזענסק'ער הויף און צוזאמען געזען די געוואלדיגע פארשריט. לויטן פלאן וועט מען שוין אין די קומענדיגע ימי אלול אריינמופען אינעם נייעם בית המדרש.














Comments


bottom of page