top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מרבים שלום: צענדליגער טויזנטער קינדער בארה"ק מיטגעהאלטן בימי הפסח ריזן פארזאמלונגען דורך ארגון "משמרת השלום"

  • Bechatzros admin
  • 7 במאי 2025
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' אחרי קדושים • ט' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

אן אויסטערלישער קידוש שם שמים האט אפגעהילעכט אין די פארלאפענע ימי הפסח, ווען צענדליגער טויזנטער קינדער מכל רחבי ארה"ק האבן זיך צונויפגעזאמלט אויף ריזן מעמדים וואס איז אפגעהאלטן געווארן דורך די ברייט בארימטע "משמרת השלום" וואס איז געשטעלט מיט'ן הייליגן ציל להרבות שלום בעולם, און איינבאקן אין די צעירי הצאן די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון לעבן בשלום ושלוה און זיך מצטיין זיין אין די ענינים בין אדם לחבירו.


די מעמדי קודש איז באשיינט געווארן אין שפיץ פון גדולי ישראל מנהיגי הקהלות וראשי ישיבות, וועלכע האבן משמיע געווען מדברות קדשם און שטארק מחזק געווען די קינדער ווייטער ממשיך צו זיין אין די ענינים פון שלום ואחוה, ולא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום.


צווישן אנדערן האבן זיך באטייליגן ביי די מעמדים כ"ק האדמורי"ם מסקולען ירושלים, וויזניץ בית שמש, זוועהיל, ספינקא סאסרעגען הגאון הצדיק רבי בנימין פינקל, הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן גאב"ד מערב בני ברק, הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג ריש חבורת נחלת יעקב, הגה"צ המשפיע רבי יצחק משה ערלאנגער, הגאון רבי סיני הלברשטאם רב שיכון ג' בני ברק, הגאון רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר, הגאון רבי ישראל בערזאווסקי רב חסידי סלונים ביתר עילית, הגאון רבי שלמה קנייבסקי ראש ישיבת 'קרית מלך', הגאון רבי קלמן ווייס רב חסידי וויזניץ בית שמש, הגאון רבי חיים לייב רובינשטיין מרא דאתרא רמב"ש ד', הגאון רבי אברהם שרגא שטיגליץ אב"ד צאנז ביתר עילית, הגאון רבי מאיר העלער רב שכונת קרית חסידים בי"ש, הגה"ח רבי דוד נתנאל שווארץ יו"ר מכון פלאי התורה, די מגידי מישרים רבי שלמה מילער און רבי ישראל מאיר שושן, און נאך.


עס האבן אויפגעטרעטן מיט פלאם פייערדיגע דרשות די רבני משמרת השלום, הגאון רבי מנחם מענדל פוקס, הגאון רבי עקיבא וואזנער, הגאון ר' נחום בערגמאן און הגאון ר' יהודה דוב רוטנער.


עס איז געווען א מחזה הוד צו זען אזא לגיון אדיר פון צענדליגער טויזנטער קינדער זענען דא מיט איין ציל, מאכן א נחת רוח פאר'ן רבוש"ע דורכ'ן הרבות שלום בין אדם לחבירו, ווען דערביי איז מען זיך מקבל קבלת טובות צו שטייגן נאך העכער אין דעם ענין.


באזונדער האבן די קינדער זיך אנגעשלאסן אינעם ספעציעלן פראיעקט מיט'ן נאמען "ספירת האומר", אונטער וואס די קינדער וועלן אין לויף פון די ימי הספירה דורכלערנען הלכות שמירת הלשון.


זכות שתהא למשמרת שלום.









































תגובות


bottom of page