top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת • הגאון רבי שלמה אדלשטיין זצ"ל ראש ישיבת אהבת אהרן

מוצאי שבת פ' ויקהל • כ"ט אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


הונדערטער תושבי בני ברק האבן דעם ערב שבת נאכמיטאג באגלייט למנוחת עולמים אחר מיטתו פון הגאון הגדול ר' שלמה אדלשטיין זצ"ל, ראש ישיבת אהבת אהרן, און יונגסטע ברודער פונעם זקן ראשי הישיבות הגאון האדיר רבי גרשון אדלשטיין זצ"ל ראש ישיבת פאנאוויטש, פון וועמענס הסתלקות מען שטייט נאך אין די שנת האבילות.


דער חשובער נפטר הגאון ר' שלמה איז געבוירן געווארן י"ב אלול תש"ד צו זיין פאטער הגאון ר' צבי יהודה אדלשטיין זצ"ל רב רמת השרון, זייענדיג א קליין קינד איז ער פאריתומ'ט געווארן פון זיין גרויסן טאטן, און ער איז נתגדל געווארן ביי אביו חורגו הגאון ר' חיים יוסף דינקלס זצ"ל בעל דעת יוסף. אלס קינד האט ער געלערנט אין די וויזניצע חדר אין בני ברק, און אלס בחור איז ער אריין לערנען אין די בארימטע פאנאוויטשע ישיבה, און שפעטער אין די סלאבאדקע ישיבה.


אלע זיינע יארן האט ער מרביץ תורה געווען פאר תלמידים, אין די באבובער ישיבה אין קרית באבוב בת ים, אלס ראש ישיבת נועם התורה אין מודיעין עילית, אלס ראש הכולל נשמת ישראל אין פאריז, און שפעטער אלס ראש ישיבת אהבת אהרן אין בני ברק.


דער גאון ר' שלמה איז געווען דער בעל תפילה ימים הנוראים אין ישיבת סלאבאדקע, און דער בעל תוקע ראש השנה אין כולל חזון איש. פארלאפענע וואך איז ער אוועקגעפאלן פלוצלינג נאך א שווערע מחלה, און דעם ערב שבת אינדערפרי איז ער נפטר געווארן לחיי העולם הבא, איבערלאזנדיג א הערליכע דור נאך זיך. די לוויה איז פארגעקומען פרייטאג נאכמיטאג פון זיין שטוב אויף רחוב מתתיהו אין בני ברק, און ער איז געקומען לקבורה אויפן פאנאוויטשע בית החיים בפניא דמעלי שבתא.


יהא זכרו ברוך.



Comments


bottom of page