מיטוואך פ' בא • כ"ט טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

א זעלטן ערענסטע שטימונג הערשט צווישן תושבי לאנדאן, וועלכע גרייטן זיך מיטצוהאלטן דעם עצרת תפלה ויום זעקה וואס וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן קומענדיגן זונטאג בשלח לסדר "ה' ילחם לכם" ביי וועלכן מען וועט בקול גדול מתפלל זיין און איינרייסן לביטול רוע הגזירה פונעם שווערן גזירת חינוך וואס הויערט אויף די ישיבות קטנות אין ענגלאנד, וואס שטייען אויס א שרעקליכן געפאר פון די נייע געזעצן וואס די רעגירונג אין ענגלאנד פלאנט איינצושטעלן חס ושלום, אריינצוברענגען אזעלכע סארט לימודים און פארשריפטן וואס איז נגד התורה והיהדות וואס וועט פאראוממעגליכן צו קענען פארזעצן מיטן ערליכן חינוך מיט וואס די ישיבות קטנות זענען באקאנט ביז צום היינטיגן טאג.
דער ענדלגיטיגער אפשטימונג פון דער געזעץ איז באשטימט אויף קומענדיגן דינסטאג פרשת יתרו, און אויפ'ן רוף פון די רבנים הגאונים שליט"א רבני עיר לאנדאן איז פאררופן געווארן א פאראייניגטער יום תפלה, וואס וועט בעזהשי"ת צונויפברענגען די תושבי העיר פון אלע שיכטן און קרייזן.
די מעמד וועט אפגעראכטן ווערן אינעם גיגאנטישן זאל פון "יסודי התורה" און אויף די ארומיגע שטחים וואו עס וועט אי"ה אויפגעשטעלט ווערן א גרויסער "שאטער" צו קענען אקאמאדירן די אלפי ישראל, מיט אן עקסטערע מעגליכקייט צו קענען מיטהאלטן דעם מעמד אין גרויסן באבובער ביהמ"ד נעבן דעם זאל. עקסטער וועט זיין צוגעשטעלט דער גרויסער וויזניצער ביהמ"ד וואו עס וועלן זיך צוזאמקומען די בחורי חמד תלמידי הישיבות, בראשות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, וואס וועט צוזאמען מיט די בחורים איינרייסן מיט הייסע תפלות, כאיש אחד בלב אחד, להעביר את רוע הגזירה וואס הויערט אויף אלע ישיבות קטנות און אז זיי זאלן בעזהשי"ת ווייטער האבן די מעגליכקייט צו קענען זיין פון די חובשי ביהמ"ד אויף ביז משיח'ס טאג אן קיין שום שטער.
אויפן רוף פון די רבנים איז דעם קומענדיגן זונטאג באשטימט אַַלס א יום חצי תענית, און מתוך התענית מפציר צו זיין בתפלה, ביי די געמיינזאמע עצרת וואס וועט זיך אנהויבן מיטן אויסזאגן גאנץ ספר תהלים. מען וועט דערנאך דאווענען מנחה מיט קריאת "ויחל", און גלייך נאך מנחה, וועט מען אינאיינעם זאגן סליחות "אבינו מלכינו" מיט גרויס התעוררות איינצורייסן בבכי ובתחנונים "אבינו מלכינו קרע רוע גזר דיננו". אויך וועט מען הערן קורצע דברי התעוררות ובקשת רחמים פון די רבני העיר שליט"א.
אין בעפארגרייטונג צום גרויסן יום תפלה זענען במשך די לעצטע טעג אפגעהאלטן געווארן עטליכע גרעסערע אסיפות מיט די רבנים הגאונים שליט"א רבני העיר, איבערצוגיין אלע פרטים פון די שרעקליכע גזירה, וכדת מה לעשות ווייטער להעביר את רוע הגזירה.
פארלאפענעם דאנערשטאג וארא איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסער אסיפת הרבנים מיט דאס השתתפות פון פילצאליגע רבנים פון אלע גרעסערע קהלות אין די שטאט אין שפּיץ פון די רבנים הגאונים רבני ועד הפועל לעזרת הישיבות. א באזונדערן רושם האט געמאכט דאס השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכער האט באשיינט דעם מעמד, און מיט דברים נרגשים מעומק לבבו געבעטן די רבנים מיטצושטיין מיט אלע פעולות, ובפרט מעורר צו זיין דעם ציבור איבער דעם חיוב תפלה וזעקה בעת דעם שווערן מצב אין וואס די שטאט געפונט זיך ליידער.
אויך האט מען געהערט דברים נלהבים פון הגאון רבי אהרן דוד דוננער שליט"א ראב"ד לאנדאן, הגאון רבי שלום פריעדמאן שליט"א סגן גאב"ד, הגה"צ אב"ד סאטמאר לאנדאן שליט"א, און די שוידערליכע פרטים ארום די גזירה נוראה, איבערגעגעבן דורך העסקן הרה"ח ר' משה יצחק קארנבלי הי"ו פון די אקטיווע חברי ועד הפועל לעזרת הישיבות.
תיכף נאכ'ן מעמד איז ערשינען דער קול קורא וואס איז שוין דאן געווען גע'חתמ'ט דורך אריבער "זעכציג" רבנים הגאונים וראשי ישיבות שליט"א פון לאנדאן, און אין די נאכפאלגענדע טעג איז שוין צוגעקומען נאך צענדליגער חתימות פון די גדולי הרבנים שליט"א וואס ברענגט אן היסטארישער פאראייניגונג פון אלע שיכטן און קרייזן אין די שטאט, וואס גרייטן זיך מיט אן ערענסטקייט מתפלל צו זיין אין די זעלבע צייט אויף דעם ביטול הגזירה הנוראה.
במשך פארלאפענעם שבת האבן די רבנים הגאונים שליט"א אויפגעטרעטן מעורר צו זיין דעם ציבור איבער דעם חיוב תפלה וואס ליגט אויף יעדן איינעם אין אזא גורל'דיגע צייט, ולהיות עתידים ליום הזה אויף קומענדיגן זונטאג בשלח, מיטצוהאלטן דעם גרויסן מעמד עצרת תפלה.



Comments