top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד קביעת מזוזות פון נייעם בנין 'בני ציון' ד'באבוב מיוחד פאר נדיבים בעם מיט סכומים נכבדים להקמת הבנין

מאנטאג פ' שמיני • כ"ב אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

חסידי באבוב לעבן מיט שפאנענדע טעג, ווען דער נייער גיגאנטישער בנין התלמוד תורה "בני ציון" דבאבוב ווערט באנייט לשם ולתפארת, שטייענדיג א קארגע וואך אפגעריקט פונעם גראנדיעזן מעמד חנוכת הבנינים פון די תלמוד תורה 'בני ציון' און די בית חינוך לבנות 'בנות ציון', איז נעכטן זונטאג אפגעהאלטן געווארן דער מעמד קביעת מזוזות אינעם נייעם תלמוד תורה געביידע - 'בנין לייבל רובין' ספעציעל פאר די געלאדענטע אורחים נדיבים בעם וואס האבן מנדב געווען מהונם ומממונם אין אפגעקויפט די גרעסערע זכותים אין דעם בנין, אין שפיץ פון די מנהיג העדה ונשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.


אנקומענדיג איז דער רבי שליט"א גלייך צוגעגאנגען צום הויפט טויער פון דעם בנין, און קובע געווען די מזוזה, ווען לידו שטייען די נדבני הבנין, נאכן קובע זיין די מזוזה האט דער רב שליט"א מכבד געוועהן מיט די איבעריגע מזוזות די גרעסערע נדיבים בעם ה"ה: הנגידים ר' יענקל ריגער, ר' שמחה שלמה רובין, ר' יוסף ארי בריננער, ר' ישראל מינצער, הישיש ר' דוד שארף און נאך.


נאכ'ן קביעת מזוזה איז דער רב שליט"א ערשינען אין איינע פון די בתי מדרשים אינעם נייעם בנין התלמוד תורה, וואו עס איז אפגעראכטן געווארן דער מסיבת לחיים לרגל קביעת המזוזה. בשם די הנהלה האט אויפגעטראטן העסקן הנודע ר' יחזקאל ראזענבערג וועלכער האט שטארק באדאנקט די געטרייע עסקנים אן נדיבים, דערנאך האט העסקן ר' יעקב יודא גאנצפריעד אויפגעטראטן מיט טרעפליכע דברי שבח והודאה שהגיענו עד הלום און שפעטער האט מען געהערט די התרגשות'דיגע דברות קודש פון רב שליט"א וואס האט שטארק מאריך געווען בשבח פון די נדיבים בעם וואס האבן זיך געלאזט קאסטן שיינע סכומים להקמת הבנין. צום שלוס זענען אלע אנוועזענדע אדורך מקבל זיין ברכת לחיים, דערנאך האבן די נדיבים בעם געהאט די מעגליכקייט צו כאפן א שפאציר ארום דעם נייעם בנין.


היינט מאנטאג וועט געגעבן ווערן די געלעגנהייט פאר אלע חסידים צו אריינקומען אינעם נייעם בנין און באטראכטן פון דער נאנט די פילע איינריכוגטונגען אויף אלע שטאקן פונעם געביידע כהכנה דרבה צום היסטארישן מעמד חנוכת הבית.






























bottom of page