קבעו שיר ורננים • חסידי באבוב-45 מיטגעלעבט ימי אורה פון יום טוב חנוכה בצל הקודש
- בחצרות הקודש

- 6 בינו׳
- זמן קריאה 3 דקות
עודכן: 6 בינו׳
זונטאג פ' ויחי • ה' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

א הערליכע יום טוב חנוכה איז פאראיבער בחצר הקודש באבוב-45, אנגעהויבן ביים מעמד הדלקת נרות חנוכה און די חלוקת המטבעות כנהוג מקדמת דנא פאר די טויזנטער חסידים, און תינוקות של בית רבן מקטן ועד גדול.
מאנטאג נר ה' דחנוכה איז דער רבי ערשינען צום מעמד חלוקת המטבעות פאר די ילדי תשב"ר אין ביהמ"ד הגדול וועלכע איז געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה מיט די תינוקות של בית רבן פון די תלמודי תורה פון בארא פארק, יוניאן און מאנסי, כולם נקבצו ובואו צו ערהאלטן די מטבעות קודש פונעם רבי'ן שליט"א.
די קינדער האבן מקבל געווען את פני הקודש בשירה וזמרה, און דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש מלהבות אש פאר די קינדער מיט דברי התעוררות והדרכה בענין אמונה ובטחון. דערנאך זענען די ילדי חמד דורך אל מול פני הקודש באקומען חנוכה געלט, ווי די רבי האט אנגעוונטשן יעדן קינד בפרטית, און געוונטשן די מלמדים און כלי קודש מיט זייער הייליגע ארבעט.
דינסטאג ראש חודש נאך שחרית האט די רבי באזוכט אין די בניני התלמודי תורה ווי די רבי האט פארטיילט חנוכה געלט פאר די קינדער פון די יונגערע כיתות, צום ערשט ביים אפטיילונג פון די קינדערגארטן קלאסן און דערנאך ביים בנין הת"ת אויף די 20'סטע עוועניו ווי עס זענען סטאנציאנירט די תלמידי כיתות א' און ב' וואו די רבי שליט"א איז ארומגעגאנגען צווישן די כיתות. מיטוואך האט די רבי געדאווענט שחרית מיט די תלמידי מכינה לישיבה קטנה און דערנאך פארטיילט חנוכה געלט פאר די תלמידים.
באנאכט האט דער רבי שליט''א מדליק געוועהן די נרות בביתו נאווה קודש באופן פרטי אינאיינעם מיט די בני המשפחה. נאכן חנוכה ליכט צינדן איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, א זוהן ביים רבינס בן זקונים הרה"צ ר' משה יהושע אונגער שליט"א איידעם ביי הגה''צ רבי משה מנחם ווייס אבד"ק סאטמאר לאנדאן. דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מכבד געוועהן דער זיידע אב''ד סאטמאר לאנדאן מיט א דרשה און דערנאך משמיע געוועהן דברות קודש זייענדיג משלב עניני חנוכה מיט די שמחת הבר מצוה.
ליל זאת חנוכה האט דער רבי געצינדן די נרות ברוב עם הדרת מלך אין ביהמ"ד הגדול, און דערנאך אפגעראכטן דעם טיש לכבוד היום אינאיינעם מיטן דריידל שפילן כנהוג. דער רבי שליט"א האט ארומגערעט איבער דער מנהג קודש פון דריידל שפילן און באטאנט אז צוליב די ריבוי העם בלי עין הרע און מחמת קוצר הזמן וועלן בלויז די אינגעלייט און בעלי בתים בני שלושים ולמעלה דורכגיין דריידל שפילן, און דער רבי האט באזונדער געדרייט זייענדיג מוציא די צעירי האברכים און די בחורים.
דערנאך האט די רבי שליט"א פארקויפט די שיסל געלט כנהוג, וואו עטליכע נגידים האבן אפגעקויפט דעם שיסל פאר די אסטראנאמישע סכום פון אריבער הונדערט טויזענט דאללער, די נגידים זענען דאן אדורך איבערגעבן די נדבות פארן רבינס צדקה קאסע 'תרומת הקודש' און דער רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ביום זאת חנוכה נאכן דאווענען איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אינעם כולל בעלי בתים דקהל באבוב 45 וואס שטייט בראשות חתנו הרה"ג ר' אלימלך הורוויץ שליט"א ראש הכולל. דער רבי שליט"א האט מעריך געוועהן א שולחן לחיים לכבודו של יום וואו דער ראש הכולל האט מקבל געוועהן פני הקודש בשם רבנן ותלמידיהון די חשובע בעלי בתים לומדי הכולל וואס תורתם אומנותם, און דער רבי האט איבערגעגעבן א טיפזיניגע שיעור אין די סוגיא פון כבתה און נאך עניני חנוכה.
אין לויף פונעם טאג איז געוועהן זמני כניסה וואו דער רבי האט גענימען קוויטלעך פון די חסידים כמנהג אדמור"י בית באבוב אום זאת חנוכה. שפעטער אין טאג איז פארעגקומען די מעמד חלוקת חנוכה געלט פאר די תלמידי ישיבה קטנה וואו דער רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש און פארטיילט חנוכה געלט פאר אלע בחורים און מגידי שיעור.




























































































תגובות