top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאדיגורא וועט אנקומען אויף א בליץ באזוך אין ניו יארק לרגל די חתונה בבית ש"ב הנגיד ר' מרדכי שפירא

מיטוואך פ' שמיני • כ"ד אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם קומענדיגן מאנטאג וועט כ"ק האדמו"ר מסאדיגורה שליט"א אנקומען אויף א בליץ באזוך קיין ניו יארק וואו די רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן פאר בלויז איין טאג אין שטאט לעיקוואד. די רבי שליט"א קומט צו פארן לכבוד די חתונה בבית שאר בשרו הנגיד החסיד ר' מרדכי שפירא הי"ו וואס איז א אייניקל פון כ"ק האדמו"ר בעל 'עקבי אבירים' מסאדיגורה זצוק"ל, א זוהן פון הגה"צ רבי פנחס שפירא שליט"א אבד"ק סאדיגורה תל אביב און בעל האכסניא פונעם סאדיגורה רבי'ן שליט"א אין לעיקוואד.


מאנטאג נאכט וועט די רבי באשיינען די חתונה אין לעיקוואד, צומארגנס דינסטאג א' דראש חודש ניסן וועט די רבי דאווענען שחרית אינאיינעם מיט קהל חסידיו, נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים לכבוד ראש חודש. צו דעם געלעגנהייט ווערט אויך געפלאנט א מסיבה אנצושליסן די חסידים מעבר לים אין ניו יארק צו נעמען א חלק אינעם קאמפיין לטובת די אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול ומרכז העולמי. דינסטאג נאכמיטאג וועט זיך די רבי ארויסלאזן אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארץ הקודש.



bottom of page