top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת • הילדה בלומא יהודית ראטטענבערג ע"ה אייניקל פון יבלחט"א האד' מקאסאן געפינען געווארן נישט בין החיים‎

מאנטאג פ' צו • י"ז אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


ברוך דיין האמת


מיט גרויס צער אין ווייטאג האבן חסידי קאסאן אין תושבי לינדען היינט באגלייט למנוחות הילדה בת קדושים, בלומא יהודית ראטטענבערג ע”ה, א אייניקל פון יבלחט"א כ"ק האדמו"ר מקאסאן שליט"א וואס איז דעם פורים פארנאכטס געפינען געווארן נישט בין החיים ה"י.


דאס קינד - צוויי חדשים אלט איז געוועהן א טאכטער פון הרה"צ רבי חיים שלמה ראטטענבערג שליט"א א זוהן פון כ"ק האדמו"ר מקאסאן שליט"א אין א איידעם ביי זיין פעטער כ"ק האדמו"ר מראזלא שליט"א פון ביתר.


די לוי' איז ארויס היינט שושן פורים פארנט פון ביתו נאווה קודש פון כ"ק האדמו"ר מקאסאן שליט"א אין לינדען וואו פילע אידן אין קרובי המשפחה האבן זיך פארזאמלט מיט צובראכענע געמיטער, און באגלייט די לוי' ביז צום בית החיים אין ניו דזשערזי וואו די נפטרת איז געברעגנט געווארן לקבורה אויפן קאסאנער חלקה.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

bottom of page