דאנערשטאג פ' נשא א' ערב יו"ט שבועות - ה' סיון תשפ"ג | קול בחצרות
עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה, אריסטון לצדיקי יתקן ושירותא
איבער די גאנצע וועלט גרייטן זיך אידישע קינדער צום געהויבענעם יום טוב שבועות, חג מתן תורתינו, בגיל וחדוה בשמחת התורה. ספעציעל איז גאר שטארק אקטיוו די הכנות צום יום טוב אין די גרעסערע חסידישע הויפן, וואו עס קומען צו פארן הונדערטער צו גאר טויזענטער חסידים פון נאנט און ווייט.
בחצר הקודש סאטמאר איז די גאנצע היכל בית המדרש אין קרית יואל צוגערישט געווארן מיט די מאקסימום זיץ פלעצער צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור חסידים וואס קומען צו פארן וויילן ביים רבי'ן אויף יום טוב קבלת התורה. טראץ אלע באמיאונגען פון די עסקנים איז פארבליבן א ריזן ציבור וואס האבן נישט זוכה געווען צו קענען קויפן א זיץ אין ביהמ"ד צוליב די ריזן צאל מתפללים, אלע אפטיילונגען פונעם בנין ווערן איינגערישט ווי ווייט מעגליך, אז יעדער זאל זיך כאטש קענען געפונען תחת קורת גג אחד מיטן רבי'ן און מיטהאלטן די עבודת הקודש ואהבת התורה.
אינעם ווידיאו: דאס בית מדרש הגדול 'בית וויז'ניץ' אין בני ברק הערליך שיין באצירט גרייט צום יו"ט שבועות אין די מעמד הכנסת ספר תורה אסרו חג שבועות.
בחצר הקודש גור איז ווי יאר יערליך געקומען צו פארן א מאסיוון עולם, די וועד הכנסת אורחים, אדער ווי מ'רופט עס אין גור "די סטאנציעס" האבן צוגעגרייט אזויפיל ווי פינף טויזענט און זיבן הונדערט בעטן, און העכער זעקס טויזענט פארציעס פאר אלע סעודות יום טוב און שבת קודש פאר די טויזענטער געסט. שב"ק אינדערפרי וועט פארקומען אין ביהמ"ד הגדול אין ירושלים צוויי און צוואנציג באווארפענ'ס בלי עין הרע פון חתנים חסידי גור.
בחצר הקודש בעלזא זענען דאס יאר געקומען צו פארן אסאך מער געסט ווי געווענליך, די גאסן אין קרית בעלזא ווירבלען מיט טויזענטער חסידים פון נאנט און ווייט, מיטן איינציגן ציהל צו פראווענען א געהויבענע יום טוב בצל הקודש פונעם בעלזא רב זאל מאריך ימים זיין. נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט איז דער רב ערשינען במלוא הדרו אין היכל אויף תפילת מעריב, און געציילט ספירה פארן עמוד, נאך מעריב זענען די געסט אריבער שלום נעמען ביים רב א לענגערע צייט.
אינעם בילד: דער קוויטל שטוב פון כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א מוכן ומזומן צום יו"ט.
בחצר הקודש סאטמאר ווערן געמאכט די לעצטע הכנות לקראת די גרויסע יום טוב בצל הקודש, די היכל ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט איז אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור בליעה"ר, הונדערטער פארציעס פאר די סעודות יום טוב ווערט צוגעשטעלט אין די זאלן פון ויואל משה פאר די פילצאליגע געסט פון אלע שטעט, אזוי אויך וועט ארויסגיין א שיירה פון בארא פארק צופיס צו קענען מיטהאלטן א חלק פונעם יום טוב בצל הקודש.
אינעם בילד: בחצר הקודש פינסק קארלין וועט מען זיך דעם יו"ט צום ערשטן מאל באנוצן מיטן נייעם היכל התפילה צוליב מאנגל אין פלאץ אינעם עקזיסטירנדע בית המדרש הגדול.
בחצר הקודש צאנז איז היי יאר צוגעלייגט געווארן הונדערטער אכסניות פאר די חסידים וואס קומען צו פארן פון איבעראל, אין א ערשטמאליגע שריט וועט די דארמיטארי פון די מתיבתא פארוואנדלט ווערן אלס אכסניא פאר צענדליגע משפחות, און די בחורי המתיבתא וועלן שלאפן אין די היכל הכולל, ארויסצוהעלפן מיט די שרעקליכע מאנגל פון אכסניות פאר די הונדערטער חסידים.
בחצר הקודש פשעווארסק איז געמאלדן געווארן אז צוליב די ריזן ציבור בליעה"ר וואס קומען דאס יאר מיטהאלטן דעם געהויבענעם יום טוב בצל הקודש, וועלן אלע תפילות און טישן דורכאויס יום טוב אפגעראכטן ווערן אויף א גרויסע פארנעם אין די זאלן פון בית רחל, וואס געפונט זיך בשכינות צום פשעווארסקע בית המדרש.
בחצר הקודש קארלין סטאלין איז אויפגעבויעט געווארן א ריזן שאטער פארנט פון די גרויסע ביהמ"ד אין גבעת זאב, נאך וואס די גרויסע ביהמ"ד איז ווי באקאנט אין העפטיגע קאנסטראקציע ארבעט, די גרויסע שאטער איז צוגערישט געווארן מיט אלע באדערפענישן פאר די טויזענטער חסידים וואס קומען וויילן ביים רבי'ן אויף יום טוב.
אינעם ווידיאו: דעם ריזן שטאער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויף יו"ט בחצר הקודש קארלין סטאלין אין גבעת זאב.
Comments