top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארא פארק • שיינעם מסיבת ראש חודש ביים באזוך פון האד' מבאבוב 45 אין כולל דברי אש

מיטוואך פ' פקודי • ג' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם מאנטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעקומען אויף א געהויבענע באזוך אין די בארימטע כולל 'דברי אש' אין בארא פארק, וואס שטייט אונטער די פירערשאפט פון הנגיד ר' בערי ווייס מגדולי תומכי עולם התורה, וועלכע האט מנדב געוועהן א סכום הגון פארן אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול והחדש באבוב 45 לכבוד דעם רבינס באזוך אין כולל.


דער רבי איז אנגעקומען ארום צוויי אזייגער נאכמיטאג אינעם בנין הכולל, וואו די ראשי ומנהלי הכולל האבן אנטפאנגען דעם רבי'ן בברכה, און מכבד געווען דעם רבי'ן צו אפרעכטן א מסיבת לחיים לרגל המאורע אין לכבוד ראש חודש, וואו מען האט געזינגען ניגוני ראש חודש.


דער רבי האט געטרינקען לחיים און פארטיילט שיריים פאר די חברי ורבני הכולל, דאן האט אויפגעטרעטן הרב החסיד ר' נחום שמשון שווארץ מנהל הכולל, און הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א אב"ד קהל חסידים, א נאנטער חברותא מיטן פטרון הכולל ר' בערי ווייס.


דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע הנאה זעענדיג אזא חשובע מקום תורה דא אין שטאט, וואו אינגעלייט זענען זיך ממית באהלה של תורה. צום שלוס האט דער רבי ווארעם געוואונטשן אלע חברי הכולל און די ראשים ומנהלים, און איבערגעלאזט פיל ברכות.










Comments


bottom of page