top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אומגעראכטענע באזוך פון האד' מוויז'ניץ לאנדאן אין ישיבת צאנז קלויזענבורג אין מאנסי

דאנערשטאג פ' ויקרא • י"א אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם דאנערשטאג (פקודי) נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א אנגעקומען אויף א אומגעראכטענע באזוך אין ישיבת צאנז קלויזענבורג אין מאנסי. דאס קומט נאך א אינטערסאנטע עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט די וואך ווען די רבי שליט''א וועלכע געפינט זיך די טעג צוגאסט אין אמעריקא - האט איינע פון די טעג ביי תפילת שחרית באמערקט אז אין ווינקל פון ביהמ"ד דאווענט א בחור מיט א אויסערגעווענדליכע ווארעמקייט און השתפכות הנפש, נאכן דאווענען האט די רבי שליט"א צוגערופן די בחור עם צו קאמפלימענטירן אויף זיין געהויבענע דאווענען.


די רבי שליט"א האט געפרעגט פונעם בחור ווי ער לערנט אין ישיבה, ווען די בחור האט געענטפערט אז ער לערענט אין די קלויזענבורגער ישיבה האט די רבי שליט"א אנגערופן די מנהל פון די ישיבה, הרה"ג ר' משה הורוויץ שליט"א עם צו מחזק זיין און אויסלויבן די בחורים פון זיין ישיבה.

די מנהל שליט"א האט אויסגענוצט די געלעגנהייט און תיכף מכבד געווען די רבי שליט"א אריבערצוקומען אויף א באזוך און אויפטרעטן פאר די בחורים בדברי ברכה.


די רבי שליט''א האט טאקע אנגענימען די הזמנה אין איז גלייך נאכדעם אריבערגעגאנגן פאר א באזוך, וואו די רבי האט אויפגעטרויטן מיט דברי חיזוק וברכה פאר די בחורים ווייטער צו אנהאלטן זייער ברען און חיות אין עבודת ה', פארשטענדליך האט די באזוך פונעם רבי'ן שליט"א איבערגעלאזט די בחורים מיט א געוואלדיגע התחזקות און התרוממות.







bottom of page