top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נָגִיל וְנָשִׂישׂ בְּזֹאת הַתּוֹרָה • האד' מקאסוב וויז'ניץ אריינגעגעבן ספר תורה לע"נ זיינע עלטערן ע"ה

דאנערשטאג פ' ויקהל • כ"ז אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יעקב לעדערמאן


חסידי קאסוב וויזניץ האבן זיך דעם דינסטאג מיטגעפריידט ביים חגיגת הכנסת ספר תורה וואס כ"ק האדמו"ר מקאסוב וויז'ניץ שליט"א האט געלאזט שרייבן אין אריינגעגעבן להיכל בית מדרשו אין בית שמש, לעילוי נשמתם פון זיינע עלטערן הרה"צ רבי צבי אלימלך קארנרייך זצ"ל און די רעבעצין ע"ה, די שמחה האט זיך אנגעהויבן ביים מעמד כתיבת האותיות בביתו נאווה קודש פון רבי'ן שליט"א ווי פילע אדמור"י ורבני העיר בית שמש זענען ארויפרגעקומען אריינשרייבן אותיות אינעם ספר תורה.


די רבי שליט"א האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און מכבד געווען מיט הגבהה הנגיד הרה"ח ר' ישעי' ווייס פון לעיקוואד. נאך א מסיבת לחיים האט די רבי שליט"א ארויסגעפירט דעם ספר תורה לרחובה של עיר, אויפן וועג צום בית המדרש, ווי די ריקודין האבן ווייטער פארגעזעצט ביתר שאת ועוז, די רבי האט אפגעראכטן די הקפות און מכבד געווען די בני המשפחה צו טאנצן מיט די ספר תורה, דאן האט די רבי פארגעזאגט די מזמורים כנהוג.


עס האט נאכגעפאלגט מיט די סעודה לגומרה של תורה אין די זאל פון די קאסוב וויזניצער ישיבה גדולה, וואו די וויזניצער קאפעליע האט מהנה געווען בשירה וזמרה, די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, אין עס האט אויפגעטראטן מיט א דרשה בנו הרה"צ ר' יהודה זאב קארנרייך שליט"א, מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען אחיו כ"ק אדמו"ר משידלובצא שליט"א.


במשך די מעמדים האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון אלע אדמור"י ורבני העיר צווישן זיי האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, לעלוב, דזיקוב וויזניץ, טרעבישאן, ביאלא בית שמש, בערגסאז בית שמש, טשאקאווא בית שמש, לעלוב בית שמש, קאסאן בית שמש, אין נאך פילע עסקנים אין אישי ציבור פון שטאט.






















































bottom of page