זונטאג פ' יתרו • י"ח שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם פארגאנגענעם וואך האבן חסידי ומעריצי בוהוש אין ניו יארק ענטפאנגען מיט גרויס כבוד דעם געהויבענעם גאסט כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, וועלכער איז געקומען צופליען אויף א קורצע באזוך לטובת מוסדותיו על טהרת הקודש, דער רבי שליט"א איז אנגעקומען מאנטאג אווענט צום קענעדי לופטפעלד, וואו עס איז שוין אין עירפארט פארגעקומען א שיינער קבלת פנים, ווען עס האבן אפגעווארט דעם רבי'ן א גרעסערע משלחת פון ידידי ואוהדי חצר הקודש בוהוש, וועלכע האבן גענומען שלום ביים רבי'ן. דאן איז דער רבי שליט"א אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג, צו דער אכסניא בבית הרבני הנגיד מוה"ר יעקב יוחנן מענדלאוויטש הי"ו. אנקומענדיג צו די אכסניא האט מען געדאווענט מעריב אין דערנאך איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים, וואו א גרויסער עולם חסידים זענען אהין אריינגעקומען געבן שלום דעם רבי'ן שליט"א. דערנאך האט די רבי שליט''א איבערגעגעבן א שמועס פאר די אינגעלייט פון די בוהושער חבורה אין לעיקוואד וועלכע זענען אריינגעקומען אין שטאט מקבל צו זיין פני קדשו.
מאנטאג באנאכט איז פארגעקומען א הערליכע מסיבה לטובת די מוסדות הק' בוהוש בבית הרבני הנגיד ר' שמעון ישראל פערלמוטטער, מיט די השתתפות פון פילע נגידים און נדיבי עם, ביים מסיבה האט אויפגעטארטן מיט א דרשה הנגיד החסיד ר' אהרן הערש פריינד בשבחו פון די מוסדות, די רבי שליט''א האט משמיע געוועהן דברות קודש אין ארויסגעגעבן רגשי לבבו אין הכרת הטוב פאר די פארזאמלטע נגידים פארן שטיין צו די רעכטע האנט. דערנאך האט די רבי מכבד געוועהן הרה''ח ר' שמעון ישראל פריעד נאמן בית ביי אדמור''י בית סקולען צו זינגען א ניגון, צום שלוס האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד 'והרי כוסי לכם ברכה עד בלי די'.
נאכן מסיבה האט די רבי שליט''א אופגענימען די נגידים פריוואט לעצה ולברכה, די רבי האט פארטיילט א מתנה א הערליכע מזוזה פון ריין זילבער כאות הוקרה והערכה פאר די נדיבים, די זמני כניסה האט זיך פארצויגן ביז נאך דריי אזייגער פארטאגס. בין הנכנסים איז אריינגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן הגה''צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א אב''ד מכלל יופי.
דינסטאג נאכמיטאג איז די רבי געווען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו ס'איז ארומגעשמועסט געווארן סיפורי צדיקים איבער צדיקי בית רוזשין, די סאטמאר רבי האט מכבד געוועהן דעם גאסט מיט לחיים אין ארויסבאגלייט לרחובה של עיר.
Kommentare