top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לך כנוס את כל היהודים • ריזן עצרת תפילה וזעקה דעם דאנערשטאג ערב ראש חודש ביים כותל המערבי בראשות גדולי ישראל

דינסטאג פ' משפטים • כ"ז שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


שווערע טויזענטער אידן זענען ערווארטעט דעם דאנערשטאג אויף א ריזן עצרת תפילה והתעוררות ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי, וואו מען וועט אינאיינעם מיט א כח הרבים מתפלל זיין און איינרייסן וועלטן לביטול רוע הגזירה, אין ליכט פון די שווערע מלחמה צושטאנד וואס הויערט בארצינו הקדושה שוין פיר חדשים נאכאנאנד.


די היסטארישע עצרת ווערט פאררופן דורך די גרעסטע גדולי הדור בארץ הקודש, סיי פון די חסידישע קרייזן, די ליטווישע קרייזן, און פון די ספרדישע קרייזן, ובראשם שטייען די מועצת גדולי התורה, און מועצת חכמי התורה, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, און דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף, פילע טויזענטער אידן וועלן אנטייל נעמען כאיש אחד בלב אחד און מעורר זיין רחמי שמים, איבערהויפט פאר די העכער הונדערט פארכאפטע משכונות וועלכע געפונען זיך נאך אלס בידי זרים ימח שמם.


די היסטארישע מעמד וועט פארקומען דעם דאנערשטאג ערב ראש חודש אדר א', ביים רחבת הכותל המערבי שריד בית מקדשינו, שמשם לא זזה שכינה מעולם, א פערטל צו פיר נאכמיטאג וועט זיך אנהייבן די עצרת מיט פרקי תהלים, נאכגעפאלגט מיט אמירת סליחות תפילות ותחנונים און דברי התעוררות.



Comments


bottom of page