דאנערשטאג פ' תזריע • ג' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
הדור נאה זיו העולם נפשי חולת אהבתיך
מיט אן הכנה דרבה און רגשי קודש גרייטן זיך תלמידי וחסידי ווערדאן אריינטרעטענדיג אינעם יומא דהילולא קדישא רבא - דעם פערדן יארצייט פונעם אוהבן של ישראל כ"ק אדמו"ר הרה"ק מווערדאן זי"ע .וואס געפאלט דעם מוצאי שבת קודש פר' תזריע - ו' ניסן.
באזונדער איז אויפגענומען געווארן די פרייליכע נייעס אז היי יאר וועט די צענטראלע סעודת הילולא רבתי וסיום הש"ס וואס קומט ווי יאר יערליך פאר בראשות בניו וחתניו מרנן האדמורי"ם ורבנים שליט"א - פארקומען און די אויסגעווייקטע פיר ווענט 'בית מדרשו של בעל ההילולא' און שטאט פלעטבוש, וואס וועט אויסגעשטעלט ווערן מיטן מאקסימום צו קענען אקאמידערן די תלמידים וחסידים וואס קומען צופארען מקרוב ומרחוק. גדולי רבנים ותלמידים וועלן אויפטרעטן מיט פאסיגע דרשות און דברי זיכרון במשנתו של בעל ההילולא, וואס וועט ווי פארשטענדליך אויפברענגן שטארקע הרגשים צוריקצודרייען דעם זייגער מיט אפאר יאר פריער ווען מען האט נאך געהאט די זכיה זיך צו קלאמערן אין דעם מקום קדוש, כי המקום אשר אתה עומד עליו אדמת קודש.
זונטאג במשכן טאג וועלן מאסן אידן שטראמען צום ציון הק' אויפן ביה"ח און מאנסי, וואס וועט זיין צוגעשטעלט דורך וועד ציון הקדוש מיט אלע נוטיגע איינריכטונגען צו קענען מתפלל זיין בהרחבת הדעת וואו עס ווערט צוגעשטעלט א ספעציעלער שאטער מיט טעימה קלה, און א באזונדערע שאטער פאר כסדר'דיגע מניני מנחה ומעריב.
Comments