top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פאפא טויזנטער תלמידי וחסידי פאפא פארזאמלט ביים 'צענטראלן פאפא דינער' אין שפיץ פון נשיא המוסדות האד' מפאפא

דינסטאג פ' בשלח • י"ג שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


טויזנטער חסידי ואוהדי בית פאפא, האבן איבערגעפילט דעם זאל פון 'עטרת אברהם' דעם פארגאנגאנעם מוצש"ק פר' בא, ווען עס איז פארקומען דער צענטראלער דינער און מלוה מלכה 'שלוחי דידן' לטובת די הייליגע תורה וחינוך אימפעריע – מוסדות קהלת יעקב פאפא.

די דינער איז פארקומען אין די זאלן פון "עטרת אברהם" אין שפיץ פון כ"ק מרן אדמו"ר מפאפא שליט"א. עס איז געווען צוגעגרייט א גאר רייכן פראגראם, וואו מען האט געהערט גאר אינהאלטסרייכע דרשות.


דער 'יושב ראש המעמד' איז געווען דער באקאנטער פה מפיק מרגליות הרב ישראל שטערן הי"ו וועלכער איז געקומען ספעציעל צום דינער פון לאנדאן. ביים אנהייב דינער האט מען געהערט א שיינע דרשה פונעם נואם בחסד עליון ומחנך נפלא, הרב משה יואל גערטנער שליט"א מנהל רוחני ת"ת וויען בארא פארק, וואו ער האט ארויסגעברענגט די ריכטיגע קשר צווישן מחנכים און עלטערן.


מיט הערליכע פרקי נגינה האט מהנה געווען דעם ציבור א ספעציעלע כאר פון ילדי חן אינאיינעם מיט די חברי מקהלת פאפא, אין שפיץ פון דער חסידישער בעל מנגן הר"ר מרדכי שטיינמעץ הי"ו פון ארץ ישראל וואס האט מהנה געווען דעם ציבור מיט הערליכע נגינה און ספעציעלע חרוזים, אין באגלייטונג פון א פילהארמאנישע ארקעסטרא קאנדוקטירט דורך פרייליך ארקעסטרא.


ארום צעהן דרייסיג האט מען מקבל פנים געווען בשירה ובזמרה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א דער נשיא המוסדות, ביי די מסיבה האט מען געהאט די זכי' צו הערן ברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א מתובל בדברי הדרכה והתחזקות פארן ברייטן ציבור ובשבח המוסדות אינאיינעם מיט ברכות לרוב פאר אלע עסקני ותומכי המוסדות.


ביים שלוס פועם מעמד נאך ברהמ"ז איז פארקומען א ספעציעלע מוזיקאלישע פרעזענטאציע, מיט שאלות און אינטערסאנטע ידיעות בעניני נגינה אנגעפירט דורכן יושב ראש ר' ישראל שטערן מיטן בעל מנגן ר' מאטי שטיינמעץ.


לכבוד די נסיעה פון רבין שליט"א קיין איירופע דעם קומעדיגן חודש אדר, צום הילולא קדישא פון הגה"ק בעל ויגד יעקב מפאפא זי"ע וועלכע געפאלט אויס דעם קומענדיגן מוצאי שב"ק פרשת משפטים הבעל"ט וואו דער רבי שליט"א גייט וויילן אויף שב"ק – ראש חודש אדר א' – אין עיר האבות פאפא, זענען די עסקנים געזעצן ביים דינער און ארויסגעהאלפן דעם עולם מיט פארשידענע דעטאלן וואס פעלט נאך אויס צו די געהויבענע נסיעה.































Comentários


bottom of page