top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאיאן פארלאזט שטעטל חלדודנא נאך לענגערע באזוך אין ענגלאנד

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 8 באוג׳ 2024
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' דברים • ד' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

ree

נעכטן דינסטאג האט כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א פארלאזט דעם שטעטל חלדודנא ענגלאנד ווי די רבי שליט"א האט געוויילט אויף אפרוה די לעצטע צוויי וואכן נאך די חתונה פון א אייניקל אין לאנדאן. פארלאפענעם ליל שישי איז אריבערגעקומען קיין חלדודנא אויף א ביקור גומלין ביים רבי'ן שליט"א כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער, מאנטאג ראש חודש האט געדאווענט שחרית אינעם רבינס מנין הגה"צ רבי חיים הערש מייזליש ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, דער רבי שליט"א האט אים צוגעשיקט צום עמוד צו הלל אין נאכן דאווענען פארפירט א קורצן שמועס.


דינסטאג איז געגעבן געווארן א ספעציעלע געלעגנהייט פאר חסידי באיאן אין מאנטשעסטער אריינצוקומען קיין חלדודנא בצל הקודש, די חסידים האבן געדאווענט א מעריב מיטן רבין, און דערנאך פארבליבן אויף לינת לילה אין חלדודנא, צופרי האט מען געדאווענט שחרית אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א אין נאכן דאווענען האט די רבי משמיע געווען אמרי קודש פאר די חסידים און מען איז אריבער שלום נעמען.


נעכטן מיטוואך נאכמיטאג איז די רבי ארויסגעפארן צום היטראו לופטפעלד אין לאנדאן אויפן וועג צוריק קיין ארצינו הקדושה, אינעם עירפארט האבן אפגעווארט א קבוצה חסידים אין שפיץ פון די ראשי הקהילה אין לאנדאן ווי מען האט געדאווענט מעריב אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א אין א זייטיגע שטוב, נאך מעריב האט זיך די רבי געזעגענט פון די חסידים אין מען האט ארויסבאגלייט דעם רבין מיטן ניגון כי בשמחה תצאו.


היינט נאכט וועט די רבי שליט"א ערשיינען אין גרויסן באיאנער קלויז אויף תפילות מעריב אין דערנאך וועט די גאנצער ציבור דורכגיין שלום נעמען, אויך איז געמאלדן געווארן מטעם דעם רבינס שטוב אז דעם שבת וועט די רבי אריינקומען צו שלש סעודות ברוב עם הדרך מלך נאך א צייט אפשניט וואס די רבי שליט"א איז נישט אריינגעקומען צו די טישן אין ליכט פונעם אפעראציע וואס די רבי איז דורך, און דערנאך די לענגערע באזוך אין ענגלאנד לכבוד די חתונה הגדולה.


ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page