top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

די זעלטענע בקשה פון האד' מוויז'ניץ צום בארימטן משפיע הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן

מאנטאג פ' תצוה • י' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: א. אייזנבאך


בחצר הקודש ויזניץ גרייט מען זיך צו די שמחת החתונה פון א אייניקל ביים רבי'ן, וואס קומט פאר אין קרית ויזניץ בני ברק מארגן דינסטאג י"א אדר א'.


נאך וואס דער וויזניצער רבי שליט"א זיצט שבעה די טעג בעמק הבכא, צו די פטירה פונעם שוועסטער הרבנית הצדיקת מסקווירא ע"ה, האט דער רבי ערהאלטן די הוראה פון די דייני הקהילה, אז נאר ביים חופה וועט דער רבי קענען ארויסקומען און זיך משתתף זיין בשמחתו הגדולה, און די שמחת החתונה די סעודה און די ריקודין וועט געפראוועט ווערן אין אפוועזנהייט פונעם רבי'ן, וועלכער וועט אנדערש ווי די גאנצע ימי השבעה, זיצן שבעה אויף א פריוואטע פארנעם ביי זיך אין שטוב, נישט צו צושטערן די שמחת החתונה ברוב עם הדרת מלך.


קומענדיגע וואך מאנטאג וועט געפראוועט ווערן די לעצטע שבע ברכות בקרית מלך רב, ווען דער רבי שליט"א וועט באשיינען בראש השמחה און טאנצן מצוה טאנץ אנשטאט די חתונה, מער פרטים וועלן געמאלדן ווערן אין די קומענדיגע טעג.


היינט פארמיטאג ווען עס איז אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביים רבי'ן הגה"צ המשפיע ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, האט דער וויזניצער רבי דערמאנט פארן משפיע ר' אלימלך, אז ביי די פארגאנגענע חתונה אין וויזניצע הויף פארלאפענעם זוממער, ווען הרה"צ ר' אלימלך איז געווען א מחותן, האט ער זייער שיין געפירט די חתונה און געהויבן דעם ציבור פאר לאנגע שעות, דעריבער וויל ער בעטן אצינד, אז היות ער קען נישט קומען צו די חתונה צוליב די אבילות, זאל דער משפיע קומען צום חתונה און הייבן דעם ציבור כדרכו בקודש, נאכדערצו אז די כלה איז א יתומה, און עס איז פיל וויכטיגער צו משמח זיין א כלה א יתומה ביום שמחתה.


דער ויזניצער רבי האט אויך דערציילט, אז מיט עטליכע יאר צוריק ווען זיין פעטער הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע איז געזעסן שבעה ל"ע נאך די פטירה פון בנו הגדול הרה"ק בעל אור שלום זצ"ל, איז דער רבי שליט"א געווען אין אמעריקע אויף ניחום אבלים, און אינמיטן די שבעה איז פארגעקומען א חתונה פון א אייניקל ביים תורת מרדכי, האט דער פעטער אים דאן געבעטן צו פירן די חתונה אין גרויסן ביהמ"ד, און דער רבי האט טאקע געפירט די חתונה מיט גרויס שמחה.



Comments


bottom of page