top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסטראפקוב ארויסגעגאגנען מוחה זיין קעגן חילולי שבת נעבן בית מדרשו אין ירושלים

דינסטאג פ' כי תשא • י"ח אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: איציק ו.


דעם פארלאפענעם שבת פ' תצוה איז כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א אין א היסטארישע שריט ארויסגעגאנגען מיט די חסידים מוחה זיין קעגן א געז-סטאנציע וועלכע איז אפן בעצם יום השבת.


דער סטראפקובער רבי שליט"א האט געפראוועט דעם שבת בבית מדרשו וועלכע געפונט זיך ביים אריינגאנג צו ירושלים, ווען בעצם יום השבת האט זיך דער רבי דערוואוסט אז די געז-סטאנציע הארט נעבן די ביהמ"ד, האט געעפענט אירע טויערן נאך איידער דעם זמן מוצאי שבת. דער רבי וועלכע האט נאך געהאלטן אינמיטן די זמירות פון שלש סעודות, האט תיכף געבענטשט על הכוס, און געהייסן דעם גאנצן ציבור ארויסגיין און מוחה זיין פארנט פונעם געשעפט כדת של תורה.


אויך דער רבי שליט"א זעלבס איז אנגעקומען צום מקום החילול און איז אריינגעגאנגען אינעם געשעפט וואו די רבי האט בדרכי נועם ערקלערט פאר די אייגענטומער די וויכטיגקייט פון שמירת שבת און אז אין זכות פון היטן שבת דערלייגט מען גארנישט. דערנאך איז דער רבי ארויסגעקומען צום ציבור ווי מ'האט צוזאמען געזאגט קאפיטל 'כב' און מ'האט געזינגען דעם ניגון 'כי לה' המלוכה' א לענגערע צייט.

צום וואנדער פון די פארזאמלטע, זענען די אייגנטומער פונעם געשעפט ארויסגעקומען צום רבי'ן און זיך פארגענומען מער נישט צו האלטן אפן דעם געשעפט בעצם יום השבת.


די געגענט ביים אריינגאנג צו ירושלים, פלעג אינעם פארגאנגענהייט זיין פיל מיט חילולי שבת רח"ל, און נאך צענדליגער יאהרן וואז דער סטראפקובער רבי פלעגט ארויסגיין מדי שבת בשבתו און מוחה זיין קעגן די חילולי שבת, איז דער געגענט פארוואנדעלט געווארן אלס א מקום פון שמירת שבת בזכותו פונעם רבי'ן שליט"א אין זיינע פעולות למען כבודה של שבת קודש.

Comments


bottom of page