דינסטאג פ' יתרו • כ' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
א ריזן ציבור פון אלפי ישראל הצמאים לדבר ה׳ האבן איבערגעפילט דעם ריזן יסודי התורה זאלן במשך דעם פארלאפענעם שב"ק בצלו פונעם חשובן גאסט ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א - לחזק ולהתחזק, זיך אנצואווארימען פונעם קוואל פון תורה און חיזוק. אין צוגאב האבן זיך אנגעזעהן פילע געסט פון אייראפע אין מעבר לים פון אמעריקא אין קאנאדע. פרייטאג צונאכסט האט מען געדאווענט אינעם נייעם שטיבל 'פני מנחם'. די סעודת שבת האט די ראש ישיבה געגעסן אינעם אכסניא בבית הנגיד ר' יוסל מרגליות. ביים שבת אחים פרייטאג צונאכטס האט די ראש ישיבה עטליכע מאל משמיע געוועהן דברי תורה וחיזוק צווישן די זמירות שבת, אין אויך מכבד געוועהן אחיו הגה''צ רבי דניאל אלתר ראש ישיבת פני מנחם צו זאגן אפאר ווערטער לכבוד שבת שירה. דורכאויס שבת האבן זיך אנגעזעהן אויפן אויבן אן די רבני העיר, הגה"צ רבי יוסף פאדווא ראש הדיינים, הגה''צ רבי שמעיה לעוו דומ''ץ סאטמאר, הגה''צ רבי יחזקאל פריזעל דומ''ץ סקווירא, הגה''צ רבי אברהם יוסף רובינפעלד אב''ד חרדים, הרה''ג רבי לייבוש פאדווא בנו הגדול פונעם מרא דאתרא הגה''צ גאב''ד לאנדאן שליט''א אין נאך.
די סעודה צפרא דשבתא האט די ראש ישיבה געגעסן אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אשר לעוו ראש הקהל סאטמאר לאנדאן, וועלכע האט געשנאדערט די פאנטאסטישע סומע פון א מיליאן דאלאר לטובת די מוסדות לכבוד דעם באזוך פונעם ראש ישיבה.
ביי שלש סעודות האאט זיך ווידער אנגעזעהן א ריזן ציבור, נאכן בענטשן האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד נלהב, אין נאך מעריב האט די ראש ישיבה געמאכט הבדלה ברוב עם אינעם זאל. מוצאי שבת איז פארגעקומען א עלעגאנטע סעודת מלוה מלכה אין באנקעט לטובת די מוסדות אין שטוב פון הנגיד ר' אשר לעוו, וואו עס האט זיך אויך משתתף געוועהן הגה''צ רבי משה מנחם ווייס אב''ד סאטמאר לאנדאן.
זינטאג צופרי נאכן דאווענען איז פארגעקומען א רייכע פת שחרית מיט א געלט אקציע אין שטוב פון הנגיד ר' דוד מרגליות וואו עס איז אריינגעקומען שיינע סכומים לטובת די מוסדות. אין די פארמיטאג שעהן האט די ראש ישיבה באזוכט ביי הגאון רבי אהרן דוד דוננער ראב''ד לאנדאן אין ביי הגה''צ רבי נפתלי אלימלך לייזער אב''ד פשעווארסק לאנדאן בנו בכורו פון כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א.
נאכמיטאג איז פארגעקומען די צענטראלער שיעור אין די גאלדערס גרין געגענט אינעם סוגיא פון 'אין שליח לדבר עבירה', הונדערטער תושבי המקום זענען זיך צוזאמגעקומען אין די 'כנסת יחזקאל' זאל, עס איז געווען מחזה הוד צו זעהן די פלפולי דאורייתא וואו די חשובע רבנים זענען זיך מפלפל מיטן ראש ישיבה. נאכן שיעור איז געוועהן א געלעגנהייט דורכצוגיין שלום נעמען.
אין לויף פונעם טאג איז די ראש ישיבה ארויף לבתי נדיבים בעם צווישן זיי ביים בארימטן תומך תורה הנגיד ר' לייבל לעווינסאן אין גאלדערס גרין וואו עס זענען געועהן פארזאמלט די רבני השכונה, אויף א ענגע מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם חשובן גאסט.
נעכטן מאנטאג צופרי איז די ראש ישיבה אנגעקומען צו די 'עלסטרי' געגענט אויף תפילת שחרית בבית מדרשו פון מקורבו הנגיד ר' מענדל טייטלבוים מתושבי השכונה, נאכן דאווענען האט די ראש ישיבה אויפגעטראטן מיט א דרשת חיזוק פאר די ארטיגע אידן אין פון דארט ארויסגעפארן צום לופטפעלד אויפן וועג אהיים קיין ארה"ק.
Comments