top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביקור תנחומין: האד' מדאראג באזוכט ביי גאב"ד ראדאמישלא נאכן אויפשטיין פון די שבעה

  • Bechatzros admin
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: לפני 16 שעות

דינסטאג פ' במדבר • כ''ט אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א וואס וויילט די טעג אין די רמות געגענט אין ירושלים אויף אפרוה איז נעכטן אויפדערנאכט אריבער אויף א ביקור תנחומין אין שטוב פון הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא שליט"א וואס האט זיך פאריגע וואך אויפגעשטעלט פון די שבעה נאך די פטירה פון זיין זון הגה"צ רבי יחזקאל שרגא דוד האלפערין זצ"ל דומ"ץ צאנז רמות.


עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס פון זכרונות און סיפורי צדיקים, און די ראדאמישלא רב האט מכבד געווען די דאראגער רבי מיט לחיים אין די היסטארישע בעכער וואס ליגט באוצרו הטוב מירושת זקינו הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע וועמענס יארצייט פאלט אויס היינט ערב ראש חודש סיון, די רבי שליט"א האט באטראכט דעם בעכער מיט גרויס התרגשות און געטרינקען דערין, מען האט זיך דאן געוואונטשן לחיים, און דער רבי האט מנחם אבל געווען די ראדאמישלא רב מיטן נוסח המקובל.


bottom of page