הגאון רבי ישראל מאנטעל שליט"א ענדגילטיג ערוועלט אלס רב פון שטאט געיטסהעד נאך אפציעלע וואלן
- sfbechatzros
- לפני 16 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

די עיר התורה געיטסהעד האט די וואך זוכה געווען צו ערוועלן אן איש על העדה, ווען אן איבערוועגנדע מערהייט שטימען פון די שטאטישע חרדי'שע קהלה האבן בוחר געווען אלס זייער רב הגאון רבי ישראל מאנטעל שליט"א רב דקהל עדת ישורון אין וואשינגטאן הייטס, און מלפנים דער רב אין דער שטאט לוצערן אין שווייץ,שטייענדיג נאך פינעף יאהר וואס דער שטאט האט נישט פארמאגט קיין שטאטס רב, זינט דער פריערדיגע מרא דאתרא הגאון ר' שרגא פייוויל ציממערמאן שליט''א האט זיך אריבעגעצויגן קיין לאנדאן.
נאך וואס די טובי העיר האבן אויסגעקליבן דעם רב שליט"א אלס פאסיגן קאנדידאט איבערצונעמען די רבנות פאזיציע ווי ברייט באריכטעט דא אויף בחצרות, איז הרב מאנטעל אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט וואו ער האט אויפגעטרעטן אין די היכלי התורה ומוסדות החינוך אין שטאט און געזעצן מיט די רבני העיר.
אצינד איז אפגעהאלטן געווארן די אפציעלע וואלן, וואו דער רב איז מיט א מערהייט שטימען נתמנה געווארן אלס דער נייער רב הקהלה, לשמחת לבם פון די הונדערטער תושבי העיר וחברי הקהלה וועלכע וואונטשן זיך א הארציגע ברכת "מזל טוב" צו די גרויסע מאמענט.



